6} שט 08118016 ש1101סטט 06המת 1085 161121המז פום 1
ת1:03002110 21016045 116111296
אל 9 "אי אוה "
צ' 0 יצ 5 6
בסס, 6ט14טס-100150ש0))0ס1םו 1וז1116.00טס-װפו0חנץ//:פנןזזח
מ200808000 6065(סזק 11296ז116 סם 1 0
זסן ץ90/1011 סחווחס 1066וסזט 15 101זס1סחז 1015 זס 010װז60466 1ס1סזסחזוזסס זסי? ץ{|חס 96 |סחספזסק 0חושס1011 406 81 פו 0001006 16056ט ,56ט זס)ס עחס
:6 011חזס
בסס, 6ט14טס-100150ש10))0םו
7000021100 01016043 116111296 סח 1 0
פיט 0
אטא שא אטא
פאפ אאאאואן
טא אי
א
סספן
5 א
9 = 5 2 5 אש אר}. = ט -: יז
וידעשזשורנאר
יטעהאר'ש-קינסטלערישעף
=)אופטיר (ויימלאנד
ענטפערס פון מ. ס. גאָרבאטשאָװ אף די פראגעס פון דער צײַטונג ,הומאגיטע" + + + + +.. ."+ . . כאיַם מעלאמוד. ארום די פיר װוערבעס (ראָמאן. סאָף פונעם ערשטן טײל) . . . . 5 א מוישע לאָיעװ. דאָס לעצטע שװעבעלע . . . מאָטל גרוּװמאן מיט דאָרשטיקע אױגן (לידער) מוישע גיציס. קנפּן צו פאנאנדערבינדן + . . הירש רעלעס. אונטער מענדעלעס הימל . . . אונדזער קאָסמאָס-װינקל. װויקטאָר מיטראִי שענקאָװ. דאָס יאָר 1968 (סאָף) + * . . . אונדזערע מיטיילונגען. מוישע װאָ לף. 450 יאָר פונעם געדרוקטן ייִדישן בוך + . + . * + +. . זיכרױנעס פון א מאשיניסטקע. מאניע לאנדמאן צוויי גרויסע פּאָעטן + . . + . + + + + 6 2 ליטעראטור-קריטיק. ביבליאָגראפיע פראגן פון קונסט. זאלמען ליבינזאָ. די מאָס פון מענטשי ואבטפט טי יצ אט עראשט א יי שלוימע בלײניס. אין דזערזשינסק איז אופ" געשטעלט א נײַער דענקמאָל . . .+ + + + 6 ; בלעטערנדיק זשורנאלן און צײַטונגען . + .+ * *+ . אל. שלײַען די הענקער פון באבי יאר + . . * אנטיסעמיטיזם בושעװועט אין פשא און אין מײַרעװי אירשמצל טל 0 4 6603 אי אט , די פּאָטשט פון ,סאָװעטיש היימלאנד". איך בין א לייענער... טענ ר איע דע 2 ר 12 1 ל. יעפימאָװ. די עמבלעם ,סערפ און האמשר" א נִלצ - עהטאף-+. עקעט וי א 2 יי 2 נײַס פונעם קולטורילעבן. ק. שט ש ער ב א ק אָ װ. דער אויסוואל. ט. מאזורקעװיטש. אין דער איליוי סטראציע-וועלט א ער ?2 3 - וט מאטעריאלן פאר א לעקסיקאָן פון דער ייִדישער סאָװע- טישער ליטעראטור. . . + + + + + + + 6 = זעלבסטלערער פון ייַדיש . + + + + + + + א 6 כּראָניק . . . . . . . . . . 4110 129, 136,
103
106
118
1255
10
135
137
140
140
151
161 102
16
רעזומע (רוסיש, ענגליש) בש עי יל 6
הויפּטירעדאקטאַר
א. ווערגעליס רעדקאַלעגיע:
כ, ביידעך (שטעלפארטרעטער פון הױיפּטירעדאקטאָר),
ש. גאָרדאָן, ט. גען,
א. טווערסקאַי, נאָטע לוריע, בי לט 2 מילעה,
כ. מעלאמוד, ה. פּאַליאנקער,
י; שוסטער (פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר), *. ששרײַבמאן
דער ווטאא צוזאמענפאָר פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי
פונעם סאָוועטנפארבאנד
האָט אָנגעמערקט
א היסטאָרישן קערפּונקט אינעם לעבן
פון אונדזער געזעלשאפט,
דאָס איז אויסגעדריקט אין דער נײַער רעדאקציע
פון דער פּראָגראם פון קפּספ,
אין די הויפּט-ריכטונגען
פון דער עקאָנאָמישער און סאָציאלער אנטוויקלונג פון פססר אף די יאָרן 1986--1990
און אפן פּעריאַד ביזן 2000 יאַר,
דער צוזאמענפאָר האָט באוויזן די אומגעוואקלטע אײנהײַט פון דער פּארטיי און פונעם פאָלק,
וועלכע האָבן דערקלערט א נײַעם קורס
פון אינטענסיפיצירן די אנטוויקלונג פון דער עקאַנאָמיק, פון העכערן די עפעקטיװוקײַט
פון אַנפירן מיט דער פאַלקסווירטשאפט.
די נײַע רעדאקציע פון דער פּראָגראם פון קפּספ
איז א פּראָגראם פון פּלאנמעסיקער
און אלזײַטיקער פארפולקומונג פונעם סאַצ;אליזם,
פון א װײַטערדיקן פאָרויסגאנג
פון אונדזער געזעלשאפט צום קאָמוניזם
אפן סמאך פון פארשנעלערן
די סאַציאל-עקאַנאָמישע אנטוויקלונג פונעם לאנד,
ענטפערס פון מ. ס. גאַרבאטשאָװו אף די פראגעס פון דער צײַטונג ,, הומאניטעצ"
דער צענטראל-אָרגאן פון דער פראנצויזישער קאָמוניסטישער פּארטיי די צײַטונג ,הומא- ניטע" האָט זיך געווענדט צו דעם גענעראל-סעקרעטאר פון צק קפּספ מ. ס. גאָרבאטשאָװ מיט א באקאַשע צו ענטפערן אף א ריי פראגעס.
דעם 4 פעווראל ה.י. האָט מ. ס. גאָרבאטשאָוו אופגענומען דעם מיטגליד פון דער פֹּאָ- ליטביוראָ פון דער פראנצויזישער קאָמוניסטישער פּארטיי (פקפּ), דעם פּאָליטישן דירעקטאָר פון ,הומאניטע" ר. לערוא, דעם מיטגליד פון צק פקפּ, דעם שטענדיקן קאָרעספּאַנדענט פון ,הומאניטע" אין מאָסקװע זש. סטרייף און דעם פארוואלטער פון דער צווישנפעלקערלעכער רעדאקציע פון דער צײַטונג זש. פאָר.
װײַטער ווערן פּובליקירט מ. ס. גאָרבאטשאָװוס ענטפערס אף די פראגעס פון דער צײַ- טונג ,הומאניטע",
פראגע: מיכאיל סערגייעוויטש, איך דאנק אײַך פאר דער האסקאָמע צו ענטפערן אף די פראגעס פון דער צײַטונג ,הומאניטע". איר זײַט גענעראל-סעקרעטאר פונעם צענטראל- קאָמיטעט פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי פונעם סאָוועטנפארבאנד. דאָס גיט צו א באזונדער אװטאָריטעט אײַערע ענטפערס אף יענע פראגעס ועגן לעבן פונעם סאָוועטנפארבאנד, וועל- כע עס שטעלן זיך די פראנצויזן, געפינענדיק זיך אונטער דער קעסיידערדיקער אופווירקונג פון די פײַנטלעכע אָנפאלן אף אײַער לאנד. אלזאָ, די ערשטע פראגע. מע רעדט הײַנט א סאך װעגן דעם, אז פססר טרעט איצט ארײַן אין פּינקט אזא פאדאנטװאָרטלעכן עטאפּ פון זײַן אנטוויקלונג װי דער, װאָס דעם אָנהײב זײַנעם האָט געמאכט די אָקטיאבער-רעװאָליוציע. צי באטײַט דאָס, אז עס גייט א רייד וועגן א נײַער רעװאָליוציע?
ענטפער: ניין, פארשטייט זיך. אזוי שטעלן די פראגע װאָלט, לאָזט זיך טראכטן, געווען פאלש. ריכטיקער װאָלט, לוט מײַן מיינונג, געווען צו זאָגן, אז הײַנט, אין די 80-ער יאָרן, רוקן מיר ארויס אן אופגאבע צוגעבן א מעכטיקע פארגיכערונג דער זאך, װאָס די באָלשע- וויסטישע פּארטיי האָט אָנגעהױבן קימאט מיט 70 יאָר צוריק.
אין דער טױזנטיאָריקער געשיכטע פון אונדזער מעלוכע איז די אָקטיאכער-רעװאָליוציע אן איבערבראַך-געשעעניש, װאָס האָט ניט לוט איר באדײַט און אירע פאָלגן פאר דער אנט- וויקלונג פון דער גאנצער מענטשהײַט קיין גלײַכן צו זיך אין דער פארגאנגענהײַט, אָבער מאכן א רעװאָליוציע איז װײניק -- מע דארף נאָך באשיצן איר קיִעם, פארווירקלעכן אין לעבן דעם ארבעט-מענטשנס פאַרשטעלונגען וועגן גלײַכהײַט און גערעכטיקײַט, זײַנע סאָציאלע און מאָראלישע אידעאלן. אנדערש געזאָגט, אויסבויען א נײַע געזעלשאפט, וועלכע איז מעסוגל צו זיכערן א לעבן, װאָס דער מענטש איז ווערט.
דאָס אלץ האָט געפאָדערט פֿון אונדזער פאָלק, פון דער פּארטיי א קאַלאָסאלע ארבעט, אן עמעסן העלדנטאט און צומאָל אויך קאָרבאַנעס. דער בירגערקריג און די מילכאָמע קעגן היטלערישן דײַטשלאנד, די טיפסטע איבערגעשטאלטיקונגען אין דאָרף, דאָס שאפן א מעכטי- קע אינדוסטריע, דאָס ליקווידירן די ניט-איװורעדיקײַט פון דער מערהײַט באפעלקערונג, די ראדיקאלע סאַציאלע און קולטורעלע איבערבויונג פון דער געזעלשאפט, דאָס אױספאָרמירן פּרינציפּיעל נײַע צווישן-נאציאָנאלע באציונגען -- אָט זײַנען בלויז אייניקע בלעטלער פון אונדזער, אין אלגעמיין גענומען נאָך גאנץ קורצער, געשיכטע.
מיר שטאָלצירן מיט איר, און אָט דער שטאָלץ ליגט אינעם יעסאָד פון דעם סאָוועטישן פּאטריאָטיזם. װען מיר װאָלטן ניט האָבן אויסגעהאלטן, װאַלטן געליטן א מאפּאַלע אפילע אין איינער פון די אויסגערעכנטע זאכן, װאָלט אלץ, צוליב װאָס עס איז געמאכט געװאָר די אַקטיאבער-רעװאָליוציע, געשטעלט געװאָרן אונטער א פראגע. און יעדע פון די דאָזיקע זאכן אן און פאר זיך קאָן מען דאָך מיט רעכט אָנרופן װי א בעעמעס רעװאַליציאָנערן אופטו.
דאָס זעלבע איז שײַעך די אופגאבעס, װאָס ווערן געלייזט הײַנט. זי זײַנען קאָמפּליצירט און צוזאמען דערמיט זייער וויכטיק. אויב מיר װעלן זיך ניט ספּראווען מיט זייער לייזונג, װעלן מיר אנטווערטיקן אלץ, װאָס מיר האָבן מיטן פּרײַז פון קאַלאָסאלע באמיונגען זיך דערשלאָגן אין דער פארגאנגענהײַט און װועלן פארקאָמפליצירן אונדזער צוקונפט. און, קאָן זײַן, אז דאָס
1
סאמע שווערע, נאָר דאָס סאמע נייטיקע פאר יעדן סאָװעטישן קאָמוניסט, פאר דער גאנצער פּארטיי באשטייט דערין, מע זאָל ביזן סאָף, אין דער פולער מאָס באגרײַפן, דערפילן דעם ארויסרוף, וועלכן עס ווארפט די עפּאָכע, און װירדיק אף אים ענטפערן.
דער דאַזיקער ארויסרוף איז א צווייענדיקער,
פון איין זײַט, איז די סאָוועטישע געזעלשאפט ארײַנגעטראָטן אין א נײַעם עטאפּ פון איר געשיכטע. זײַן טאָך איז דערין, װאָס די באדערפענישן פאר דער אנטוויקלונג פון די פּראָדוציר-קױכעס, די באדערפענישן פונעם פאָלק, די באדערפענישן פון די מענטשן שטעלן אין טאָג-סײידער די פראגע ועגן זייעד ערנסט איבערבויען און פארפולקומען פיל זײַטן פון די פּראָדוציר-פארהעלטענישן, די מעטאָדן פון באלעבאטעווען, די מיטלען, פאָרמען, דעם סטיל פון דער פּארטײישער און מעלוכישער אָנפירונג, ד.ה. פון דער פּאָליטיק. עס גייט אויך א רייד וועגן ארײַנציען אין דעד לייזונג פון די געזעלשאפטלעכע איניאָנים אלץ ברייטערע שיכטן פון פאָלק, וועגן מאָביליזירן זײַנע שעפערישע פעיקײַטן און זײַן דערפארונג אף לייזן די אופגאבעס, װאָס ווערן קאָמפּליצירטער, ד.ה. וועגן דער װײַטערדיקער אנטוויקלונג, בא- רײַכערונג פון אונדזער סאָציאליסטישער דעמאָק-אטיע.
מיד פילן שוֹין גאנץ לאנג די נױטװענדיקײַט אין דעם אלעמען. דער טאמציס דערפון, װאָס ווערט איצט געטאָן אין לאנד און, קוידעמקאָל, אין דער פּארטיי, --- איז אנטשיידן פאר- גיכערן די סאַציאל-עקאָנאָמישע און גײַסטיקע אנטוויקלונג פון דער סאָוועטישער געזעל- שאפט, אויסנוצנדיק צוליב דעם אלע פאראנענע מעגלעכקײַטן. דאָס איז אוואדע א רעואַ- ליוציאַנערע אופגאבע.
פון דער צווייטער זײַט, דרינגט ארויס דער ארויסרוף פון אונדזער עפּאָכע דערפון, װאָס די מענטשלעכע ציוויליזאציע האָט געשאפן, צום באדויערן, ביז גאָר עפעקטיווע מיטלען פון זעלבסטפארניכטונג. עס זאָל פאָרקומען דאָס סאמע ערגסטע, דארף מען אפילע ניט באגיין קיין פּרעצעדענטלאָזע נארישקײַט אָדער א פארברעכן. עס איז גענוג האנדלען אזוי, וי מע האָט געהאנדלט אין מעשעך פון יאָרטױזנטער -- באם לייזן צווישנפעלקערלעכע אינ- יאָנים זיך פארלאָזן אפן געווער און אף דער מיליטערישער קראפט, און בא א געלעגנהײַט זי טאקע אָנװענדן. אָט די דאָזיקע טױזנטיאָריקע טראדיציעס דארף מען איצט אומבעראכ- מאָנעסדיק ברעכן, פון זי דארף מען זיך אינגאנצן אָפּזאָגן. אנדערש קאָן די פּראָבלעם וועגן דעם, אז די מענטשהײַט זאָל בלײַבן לעבן, זיך ארױסװײַזן פאר אומדערלייזבאר. אין דער נוקלעאר-טקופע קאָן מען ניט לעבן -- אלנפאלס לאנג לעבן -- מיט דער פּסיכאָלאָגיע, מיט די געוווינשאפטן און אופירונג-קלאָלים פון דער שטיין-טקופע. אזא שארפער איבערבראַך אין די צווישנפעלקערלעכע איניאָנים, אין אויסערן-פּאָליטישן דענקען און אין דער פּראקטיק איז דען ניט קיין טיף רעװאָליוציאָנערע אופגאבע? איך מיין, אז אזוי איז עס טאקע. און מיר, װי דאָס לאנד, װאָס האָט דאָס ערשטע געמאכט א סאָציאליסטישע רעװאַליוציע, זעען אײַן אונדזער גרעסטע אכרײַעס, אונדזער כויוו דערין, מיר זאָלן מיט אלץ, װאָס סאיז נאָר מעג- לעך, העלפן לייזן די דאָזיקע אופגאבע.
אין אלגעמיין באטראכטן מיר אונדזער פּראָגראם פון פּראקטישע מײַסים, װאָס עס װעט באהאנדלען און אָנעמען דער ווצאא צוזאמענפאַר פון קפּספ, פון אלע שטאנדפּונקטן וי א פּראָגראם פון א בעעמעס רעװאָליוציאַנערן כאראקטער און מאסשטאב,
פראגע: אוועלכע זײַנען די וויכטיקסטע אנטװויקלונגס-פּערספּעקטיוון פון דער סאַווע- טישער עקאָנאָמיק אף די פאָרשטייענדיקע צען---פופצן יאָר? ויאזוי װעט זיך עס אָפּרופן אפן ווילשטאנד פונעם פאָלק?
ענטפער: די פּערספּעקטיון װעלן זײַן אָפּהענגיק דערפון, װי גוט מיר וועלן זיך ספּרא- ווען מיט די אנטשטאנענע פּראָבלעמען. דערפון, אנדערש גערעדט, װי גוט און געניט מיר וועלן ארבעטן. איך װעל אופריכטיק זאָגן -- די דאָזיקע פּראָבלעמען זײַנען ניט קיין פּאַשעטע. פאראן בא אונדז שװעריקײַטן אָביעקטיווע (די ניט-גינסטיקע דעמאָגראפישע סיטואציע, דער װאָפּנפארמעסט, וועלכן מע האָט אונדז אָנגעבונדן, זײַנען די גרעסטע צווישן זיי). און פאראן אויך אזעלכע, װאָס זײַנען אנטשטאנען איבער אונדזער אייגענער שולד. אף וויפל זייער לייזונג האָט זיך פארצויגן, זײַנען זי געװאָרן פארשארפטער.
איצט שטייט אונדז פאָר אין סאמע קירצסטן פּעריאָד אָפּטאַן זייער א סאך -- ראדיקאל פארבעסערן די פּלאנירונג, די פארוואלטונג און די מאטעריעלע סטימולירונג, פארגיכערן דעם וויסנשאפטלעך-טעכנישן פּראָגרעס. און אף אָט דער באזע -- העכערן די עפעקטיװוקײַט, דעם קוואליטאטיוון אומקער פון דער עקאַָנאָמיק, פארבעסערן די קוואליטעט פון דער פּדאָדוקציע, פאר די נאָענטסטע 15 יאָר מערקן מיר אָן צו פארטאָפּלען דעם פּראָדוציר-פּאָטענציַאל פונעם
פּ
לאנד, וועזנטלעך ענדערן גופע דעם אויסזען פון אונדזער ווירטשאפט, דעם כאראקטער פון ארבעט, איבערבויען דעם לעבנס-ארט פון די מענטשן.
איר פרעגט: װוי װעט זיך עס אָפּרופן אפן װוילשטאנד פונעם פאָלק? איך װעל ענט- פערן -- צוליב דעם װױלזײַן פונעם פאָלק טוען מיר דאָך, אייגנטלעך גערעדט, דאָס אלץ. איך האָב ווידעראמאָל אין זינען סײַ די קוואנטיטאטיווע, סײַ די קוואליטאטיווע זײַט, ד.ה. דעם געברויך און דעם שטייגער-סערוויס, דאָס װוינונגס-אָרט, די מעדיצינישע באדינונג און די בילדונג, די סאַציאלע פֿארזיכערונג, דעם צוטריט צו די קולטור-פארגעניגנס, די שוץ פון דער ארומרינגלענדיקער סוויווע, די װױל-אײַנאָרדענונג פון די שטעט און דערפער, די פרײַע צײַט און פיל אנדערע זאכן. איך װעל ניט אויסבאהאלטן, אין א סאך פון די דאָזיקע ספערן איז די לאגע קלאל ניט אזא, וי אונדז װאָלט זיך געװאָלט. סײַ דערפאר, װאָס אונדזער שווערע געשיכטע האָט א לאנגע צײַט אונדז ניט דערמעגלעכט צו שענקען די דאָזיקע לעבנס-ספערן די געהעריקע אופמערקזאמקײַט. סײַ איבער אונדזער שולד -- איבערן קאָנסערוואטיזם, איבער דער ניט-געניטקײַט און אפילע איבער פּאָשעטער אומפאראנטװאָרטלעכקײַט פון די אָדער יענע אמט-פּערזאָנען פון גאנצע אמטשאפטן און אָרגאניזאציעס. אויב איר לייענט אינדזערע צײַטונגען, װייסט איר, װי שארף עס וערן דערפאר קריטיקירט פיל טוער, דערונטע- גאנץ הויכגעשטעלטע. אצינד האָבן מיר אנטשיידן זיך גענומען צו פאריכטן די לאגע. דאָס װעט, פארשטייט זיך, פאָדערן צײַט און אָנשטרענגונגען ניט קיין קליינע. נאָר כ'בין איבערצײַגט, אז אין אָט די אלע איניאָנים װעלן מיר זיך דערשלאָגן ערנסטע איבערוקן. פארשטייט זיך, מיר װאָלטן אלע געװאָלט עס מאכן װאָס גיכער.
צוישן די סאמע דרינגענדיקע איניאָנעם איז -- אָנזעטיקן דעם מארק מיט סכוירעס פון גוטער קוואליטעט און אין סאמע ברייטן אסאָרטימענט. סכוירעס פארשיידענע: נײַע און טראדיציאַנעלע, טײַערע און װאָלװעלע, פאר יוגנטלעכע און פאר עלטערע מענטשן -- מיט איין װאָרט, אף אלערליי געשמאקן און באדערפענישן, פארשטייט זיך, אין ראמען פון פאר- שטאנד. די דאָזיקע פּראָבלעם, האלטן מיר, איז אויסשליסלעך וויכטיק.
פראגע: צי זײַנען נאָך דאָ רייען?
ענטפער: יאָ. באזונדערס אף סכוירעס פון הויכער קוואליטעט, װאָס דער נאָכפרעג אף זיי וװוערט ניט באפרידיקט.
איך וויל דערבײַ אָפּמערקן, אז פאר אונדז זײַנען אָפן ניט אלע וועגן פון לייזן די דאָ- זיקע פּראָבלעם. אויב בא אײַך, אין די מײַרעװ-לענדער, שטײַגט איבער דער נאָכפרעג אף וועלכן-ס'ניט-איז מין סכוידעס דעם אָנבאָט, שטײַגט די פּרײַז. מיר טוען עס ניט אָדער מיר טוען עס קימאט ניט, אלנפאלס בענעגייע סכוירעס פון מאסן-נאָכפרעג. אין רעזולטאט -- א דעפיציט. און ער ברענגט מיט זיך א ריי. דאָס אלץ זאָג איך, קעדיי צו' דערקלערן די פּראָבלעם. און ניט צוליב בארעכטיקן די כעסרוינעס. כעסרוינעס -- אף דעם באשטייען מיר פעסט -- דארף מען ניט בארעכטיקן, נאָר פאריכטן. אָט צוליב דעם האָבן מיר עס אָנגעהױיבן איצט אן ערנסטע איבערבויונג פון דער ווירטשאפט, פון אלע עקאָנאָמישע מעכאניזמע.
פראגע: צי האָבן די סאָוועטישע בירגער רעכט און מעגלעכקײַטן ,זיך קעגנשטעלן" דער האנדלונג פון די , פּאטראָנען" פון זייערע אונטערנעמונגען? און ניט בלויז ,,זיך קעגנ- שטעלן", נאָר אויך ענדערן זייערע באשלוסן?
ענטפער. אויב אונטער , פּאטראָנען" האָט איר אין זינען די דירעקטאָרן, די אדמיניסטרא- ציע, זײַנען קיין פּריוואטע אייגנטימער, פּונקט וי קיין פארהעלטענישן פון פּריוואט-אייגנטום, בא אונדז ניטאָ. שוין אין די ערשטע יאָרן פון דער סאָוועטנמאכט איז געשאפן געװאָרן א גאנצער מעכאניזם, װאָס שיצט די רעכט פון די ארבעטנדיקע: א שטרענגע ארבעט-געזעצגע- בונג, ברייטע רעכט פאר די פּראָפארײנען, פּארטיייִשער און סאַװועטישער קאָנטראָל. די לעצטע יאָרן זײַנען די רעכט פון די ארבעטנדיקע, פון די ארבעט-קאַלעקטיוון ערנסט פארבריי- טערט. פּראקטיש װערן אלע באדײַטנדיקע באשלוסן געגרייט און אָנגענומען מיטן אַנטײל פון די, װאָס ארבעטן, און נאָך דער געהעריקער באהאנדלונג. דאָס איז נעגייע, צום בײַשפּיל, די פּראַיעקטן פון די פּלענער פון עקאָנאָמישעד און סאָציאלער אנטוויקלונג פון די אונטער- נעמונגען.
באזונדער וועגן די פּראָפארײנען. זיי שליסן קאָלעקטיווע אָפּמאכן מיט דער אדמיניס- טראציע, פארווירקלעכן דעם קאָנטראָל איבער דעם, װי עס ווערט אָפּגעהיט די געזעצגעבונג וועגן ארבעט. און אויב זיי האלטן, אז עפּעס ווערט געטאָן ניט אזוי, אײַנגעשלאָסן דאָס אָפּ- זאָגן ארבעטער, פראגעס פון ארבעטלוין, פון געבן א װוינונג אאוו., האָבן זיי א מעגלעכקײַט זייער עפעקטיוו, באנוצנדיק זיך מיט אײַער אויסדרוק, ,זיך קעגנשטעלן". אזש ביז דער
6
פאָדערונג צו באפרײַען פון דער ארבעט דעם אָדער יענעם אדמיניסטראטאָר. פון צײַט צו צײַט טרעפט אזוינס.
ס'איז אַבער פאראן אויך אן אנדער זײַט פון דער זאך. ניט בלויז די אדמיניסטראציע און דער פּראָפארײן, נאָר אויך דער ארבעט-קאַלעקטיוו אינגאנצן גענומען דארפן ארויס- שטעלן געוויסע פאַדערונגען צו די ארבעטער, צו זייער דיסציפּלין, געוויסנהאפטיקײַט, אופי- רונג אף דער אונטערנעמונג. אלס קלאל, ווערט עס טאקע געטאָן, דערבײַ בא דער פולער שטיצע פון די ארבעטער. דער קאַלעקטיוו גופע איז פארינטערעסירט, יעדער מיטגליד זײַנער זאָל גוט ארבעטן. אין דעם באשטייט אויך דער אינטערעס פון אלע ארבעטער, דערפון זײַנען אָפּהענגיק זייערע פארדינסטן, די ארבעט-באדינגונגען, דער סאַציאלער װױלזײַן.
פראגע: צי איז ארבעטלאָזיקײַט ניט קיין אומפארמײַדלעכע פּרײַז פאר מאָדערניזירן די פּראָדוצירונג?
ענטפער: אין די באדינגונגען פון א פּלאנמעסיקער עקאָנאָמיק, װאָס איז געריכטעט אף א װי װײַט מעגלעכער באפרידיקונג פון די געזעלשאפטלעכע באדערפענישן, איז אזא פאר- בינדונג ניטאָ. אוב אפילע עס װעט אין רעזולטאט פון וועלכע-ס'ניט-איז ראדיקאלע פאר- פולקומונגען פון דער טעכנאָלאָגיע אָפּפאלן די באדערפעניש אין גאנצע ספּעציאליטעטן, קאָנען מיר און דארפן ניט בלויז פארפריער דאָס פאַרויסזען, נאַר אויך אָנעמען מיטלען אף איבערקוואליפיצירן, און אוב מע דארף -- אף שאפן נײַע אונטערנעמונגען. גרײַלעך אזוי האנדלען מיר אין דער פּראקטיק. און אף וויפל די רעקאַנסטרוקציע פון די אונטערנעמונגען גייט, אלס קלאל, באנאנד מיט זייער פארברייטערונג, ווערט דערבײַ די פראגע פון נײַע ארבעט-ערטער געלייזט אין די זעלבע אונטערנעמונגען. אָבער דערװײַל איז דאָס פאר אונדז א פראגע קימאט אן אקאדעמישע. קױידעמקאָל צוליב דער סיבע, װאָס אונדז מאטערט ניט דער איבערפלוס, נאָר דער מאנגל פון ארבעט-קראפט. באגלײַך דערמיט, װעל איך אָפן זאָגן, איז דאָ נאָך א סיבע. מיר האָבן דערװײַל לאנגזאם פארווירקלעכט די מאַָדערניזירונג, דערונ- טער אויך אין די ספערן, װוּ זי איז געװאָרן אקטועל. װי עס זאָל ניט זײַן, נאָר די פארטיי נעמט אין אכט דעם סאָציַאלן אספּעקט פון דער מאַדערניזירונג, האלט פאר אויסערסט וויכ- טיק עס נעמען אין אכט באם אויסארבעטן די פּלענער פון דער עקאָנאָמישער אנטוויקלונג פונעם לאנד,
פראגע: צי איז די קאָמוניסטישע פּארטיי אין פססר א ,טרײַב-רימען" בענעגייע צו דער מעלוכע? װאָס פאר א זין ווערט הײַנט אין אײַער לאנד ארײַנגעלײגט אין דעם אויס- דרוק ,,מאכן פּאָליטיק"?
ענטפער: אין אונדזער געזעלשאפט איז די קאָמוניסטישע פּארטיי אן אַנפירנדיקע און א ריכטנדיקע קראפט. אזא אָרט פון דער פּארטיי איז פארפעסטיקט אין דער קאָנסטיטוציע, דערבײַ גייט א רייד וועגן דער פּארטיי ניט װי ועגן א סימװאָל, נאָר װי װעגן א רעאלער, שטענדיק פונקציאָנירנדיקער פּאָליטישער אָרגאניזאציע, וועלכע ציילט אָן קימאט צוואנציק מיליאָן אמערסטן אקטיווע פאָרשטייער פון די ארבעטער, פּויערים און אינטעליגענץ. אן אָר- גאניזאציע א דעמאָקראטישע, װאָס װײילט אויס אירע אַנפירנדיקע אַרגאנען און אירע אָנַפַי- רער און פאָדערט שטרענג פון זיי. איצט שטרעבן מיר צו פארפעסטיקן די דאָזיקע דעמאַ- קראטישע יעסוידעס אינעם לעבן און אין דער ארבעט פון דער פּארטיי, צו העכערן די אק- טיװוקײַט פון אלע פּארטיי-קאָלעקטיון. דאָס איז, װי אונדז שטעלט זיך פּאָר, איינער פון די ווירקזאמע אינסטרומענטן אף צו פארברייטערן די דעמאָקראטיע, אף צוציִען מיליאָנען מענטשן צום לייזן פּראָדוציר-איניאָנים, געזעלשאפטלעכע און פּאַליטישע איניאָנים. איך מיין, אז אפן פאַרשטייענדיקן צוזאמענפאָר װעלן די פראגעס וועגן דער ארבעט פון דער פּארטיי אין די הײַנטיקע באדינגונגען פארנעמען איינס פון די צענטדאלע ערטער.
די פּארטיי ארבעט אויס די סטראטעגיע און די טאקטיק פון בויען די נײַע געזעלשאפט, פארווירקלעכט די קאדרען-פּאָליטיק, די אידעאָלאָגישע דערציונג פונעם פאָלק. די פּארטיי- קאָמיטעטן פון יעדן ניוואָ, אזש ביז דעם צק, ארבעטן אלס אַרגאנען פון פּאַליטישער אָנַפַי- רונג. די פּארטיי איז בלוטיק פארינטערעסירט אין דער אקטיוועד ארבעט פון אלע רינגען אין אונדזער פּאַליטישער סיסטעם. זי שטיצט און װײַזט ארויס הילף די סאָװעטן, די פּראַ- פאריינען, דעם קאָמיוג, אנדערע מאסן-אָרגאניזאציעס, זי דערשלאָגט זיך, אז יעדערע פון זיי זאָל אין דער פולער מאָס פארווירקלעכן אירע פונקציעס.
איר פרעגט, װאָס פאר א זין ווערט ארײַנגעלײגט אין דעם אויסדרוק , מאכן פּאַליטיק"? מיר, דארף איך זאָגן, ניצן ניט אזא אויסדרוק. מיר זאָגן: אויסארבעטן די פּאַליטיק, פאָרמו- לירן די פּאָליטיק, דורכפירן די פּאַליטיק. דאָס גיט פּינקטלעכעד איבער, לוט מײַן מיינונג, דעם טאָך פונעם באגריף, אלנפאלס, וי מיר פאסן עס אוף.
איז אָט, דאָס אויסארבעטן די פּאָליטיק, און פאר דעם טראָגט קױידעמקאָל די אכרײַעס, וי איך האָב שוין געזאָגט, די פּארטיי, הייבט זיך אָן פון דערלערנען די אָביעקטיװוע סיטוא- ציע, די אָדער יענע באדערפענישן פון דער געזעלשאפט, די שטימונגען פון די מאסן (די עפנטלעכע מיינונג, אגעוו, די פּארטיי דערלערנט זי אופמערקזאם און נעמט זי אין דער פולער מאָס אין אכט). אף אָט דעם יעסאָד װערן, נאָך דער געהעריקער באהאנדלונג, פאָר- מירט די פּאַליטישע באשלוסן. דער דאָזיקער פּראָצעס איז, פארשטענדלעך, ניט קיין פּאָשע- טער, ער גייט דורך פארשיידן, אָפּהענגיק פונעם כאראקטער פון די פּראַבלעמען, וועלכע ווערן געלייזט. ניט זעלטן קומט פאָר, איידער עס װוערט אַנגענומען דער באשלוס, א ברייטע, צומאָל אן אלפאַלקישע דיסקוסיע, און דאָס הייסט א פארגלײַך און א קאמף פון שטאנד- פּונקטן לוט די אָדער יענע פראגעס. אזוי קומט פאָר בייסן באהאנדלען די פּראָיעקטן פון די פינפיאָר-פּלענער, אזוי איז געווען מיט דער קאָנסטיטוציע, מיט דער ארבעט- און װוינונגס- געזעצגעבונגען, מיט דער בילדונגס-רעפאָרמע, און אוב ריידן װעגן דער סאמע לעצטער צײַט -- מיטן געזעץ וועגן קאמף קעגן שיקרעס און אלקאָהאָליזם.
דערבײַ איז אין דעם גאנצן פּאָליטישן פּראָצעס דאָס וויכטיקסטע -- דורכפירן אין לעבן די אָנגענומענע באשלוסן. אָן דעם איז ניטאָ קיין פּאָליטיק. און אויב איר האָט נאָכגעשפּירט נאָך דער דיסקוסיע, וועלכע האָט זיך פאנאנדערגעוויקלט אינעם לאנד נאָכן אפּרעל-פּלענום (1985 י.) פון צק קפּספ, האָט איר נישט געקאָנט ניט ווענדן די אומפערקזאמקײַט, אז מיר געבן צו א באזונדער באדײַט דער אײנהײַטלעכקײַט פון װאָרט און טאט.
פאר דעם, אז די טאטן זאָלן זיך ניט פאנאנדערגיין מיט די ווערטער, קעמפן מיר אנט- שיידן. מיר קעמפן מיטן געווער פון קריטיק. מיר קעמפן אויך מיטן געוער פון עפנטלעכקײַט, מיטן געווער פון דיסציפּלין.
פראגע: ניט זעלטן קומט אויס צו הערן, אז די סאָוועטישע יוגנט אינטערעסירט זיך ניט מיט קיין פּאָליטיק, איז סאָציאל אינערטיש. איז דאָס ריכטיק?
ענטפער. אין די מײַרעװ-לענדער זאָגן עס אונדזערע אומפרײַנט. כװועל זאָגן אָפן -- זיי געבן אויס דאָס געװונטשענע אלס ווירקלעכע. מיר האָבן קיין שום סמאך ניט זיך בא- קלאָגן אף אונדזער יוגנט. זי טיילט זיך אויס אינגאנצן גענומען מיט איר הויכער בירגער- לעכקײַט, טיפער פארינטערעסירטקײַט אין די איניאָנים פון דער געזעלשאפט, גרויסן אינטע- רעס צו דער אינערן- און אױיסערן-פּאָליטיק. די יוגנט װײַזט זיך ארויס גאָר ניט שלעכט אי אין די זאװאָדן, אי אין די קאָלװירטן, אי אין די הויכשולן, אי אין דער ארמיי. און מיט גרײיטקײַט, לויטן אייגענעם ווילן, איך האָב ניט מוירע צו זאָגן -- מיט ענטוזיאזם גייט זי ארבעטן דאָרט, װוּ עס איז שווערער, אף די גרויסע בויונגען אין סיביר, אפן צאָפן פון לאנד, אפן װײַטן מיזרעך. אף אָט די בױונגען ארבעטן איצט א האלבער מיליאָן יונגע פרײַװיליקע. מיט איין װאָרט, איך קאָן בעשום-אויפן ניט מאסקים זײַן, אז די סאָוועטישע יוגנט איז אינערטיש, פּאסיוו. מיר פילן צו אונדזער פארבײַט פולן פּאָליטישן צוטרוי.
דאָס, פארשטייט זיך, הייסט ניט, אז דאָ זײַנען ניט פאראן קיין ספּעציפישע פּראָבלעמען און פראגעס. זיי זײַנען פאראן. אונדז, אשטייגער, האָט ערנסט באומרויקט, װאָס צװישן א טייל יונגעלײַט האָט זיך פארשפּרייט אלקאָהאָליזם, קעסטקינדערישע און געברויכערישע שטימונגען, שלעכטער געשמאק, שמאָלקײַט פון די גײַסטיקע אינטערעסן. ניט קיין גענוגנ- דיקע באהערשונג פון דער קולטור-יערושע -- אזעלכע דערשײַנונגען באגעגענען זיך אויך. מיר זעען זי גוט און לאָזן זיי, נאטירלעך, ניט דורך פארבײַ אונדזער אופמערקזאמקײַט. דאָ עפנט זיך א ברייט פעלד פאר דער טעטיקײַט פונעם קאָמיוג. ביכלאל איז דאָך שוין לאנג באװווסט: די קראפט פון בײַשפּיל דערציט אָן אן ערעך בעסער פון דער שענסטער דראָשע. איך מיין, אז אלץ, װאָס ווערט איצט געטאָן אינעם לאנד און אין דער פּא"טיי, װעט פונעם שטאנדפּונקט פון דערציען די יוגנט זיך ארױיסװײַזן פאר זייער נוצלעך.
פראגע. מע רעדט וועגן פארפאָלגונגען פון ייִדן אין פססר, װועגן פּאָליטישע ארעס- טירטע, וועגן דעם, אז ס'עקזיסטירט א צענזור. מע דערמאַנט אויך באזונדערע פאמיליע- נעמען, צום בײַשפּיל, סאכאראָוון. װאָס װעט איר אין צוזאמענהאנג דערמיט זאָגן?
ענטפער: צוערשט וועגן די סאָוועטישע ייִדן. די דאָזיקע פראגע איז געװאָרן א טייל פון א העפקיירעסדיקער אנטיסאָװועטישער קאמפּאניע, אן עמעסער פּסיכאָלאָגישער מילכאָמע קעגן פססר. בא אונדז איז די פּראָפּאגאנדע פון אנטיסעמיטיזם, וי אויך פון אנדערע פאָרמען פון ראסן-דיסקדימינאציע, פארבאָטן דורכן געזעץ, זי איז א פארברעכן. אין פססר איז ניט מעגלעך, סזאָל פאָרקומען דאָס, װאָס טרעפט גאנץ אָפט אין פשא, און אויך אין פראנקרײַך, פּונקט װוי אין אנדערע מײַרעװ-לענדער -- מע פארשוועכט ייִדישע קװאָרים, עס זײַנען טעטיק נעאָנאציסטישע אָרגאניזאציעס, װאָס פּרײדיקן אין צײַטונגען און דורך ראדיאָ האס צו די
8
ייִדן. די ייִדן זײַנען בא אונדז פּונקט אזוי פרײַ און גלײַכבארעכטיקט, װי די מענטשן פון יעטװוידער אנדערער נאציאָנאליטעט. זיי זײַנען אקטיווע אָנטײלנעמער פון געזעלשאפטלעכן און מעלוכישן לעבן אין לאנד, בא אונדז גייען ארויס ביכער, זשורנאלן, צײַטונגען אף ייִדיש, עס פונקציאַנירן סינאגאַגעס. און, לויט מײַן מיינונג, איז די אײַנגעגעסענע , אופמערקזאמ- קײַט" פון דער אנטיקאָמוניסטישער און ציעניסטישער פּראָפּאגאנדע צום גוירל פון די ייִדן אין פססר -- קיין אנדער זאך ניט װי צװיִעס, װאָס פארפאָלגט װײַטגײענדיקע פּאַליטי- שע צילן, דערבײַ צילן, וועלכע האָבן קיין שום אלגעמיינס ניט מיט די עמעסע אינטערעסן פון די סאָוועטישע בידגער פון דער ייִדישער נאציאָנאליטעט.
איך האלט, אז אין א ציוויליזירטער געזעלשאפט דארף ביכלאל נישט זײַן קיין אָרט ניט פארן אנטיסעמיטיזם, ניט פארן ציעניזם, װי ביכלאל פאר באליביקע אנטפּלעקונגען פון נאציאַנאליזם, שאַװויניזם, ראסיזם. אָבער די פראגע וועגן אױסװאָרצלען אָט די אלע שלעכ- טיקײַטן אין גלאָבאלע מאסשטאבן איז זייער אקטועל. אין דער דאָרעם-אפריקאנישער רע- פּובליק (דאר) זײַנען די ראסיסטן אריבער צו בלוטיקע רעפּרעסיעס קעגן דער שווארצער מערהײַט פון דער באפעלקערונג. אין מײַרעװ-אײראָפּע זײַנען פאראַפטערט געװאָרן פּאָגראָ- מען און נעגישעס קעגן אפריקאנער, אינדיִער, טערקן, אימיגראנטן פון אנדערע לענדער אין אזיע. אין פשא איז דער ראסיזם די לעצטע יאָרן אויך אָפן אריבער אין א קאָנטר-אָנגריף. און וויפל יאַר -- און די סיבעס דערפון זײַנען באװוּסט -- פארבלײַבט פארטריבן פון זײַן ערד דאָס אראבישע פאָלק פון פּאלעסטינע?
אצינד ועגן פּאָליט-ארעסטירטע. בא אונדז זײַנען זי ניטאָ. װי עס איז אויך ניטאָ קיין פארפאָלגונגען פון די בירגער פאר זייערע איבערצײַגונגען. פאר קיין איבערצײַגונגען מיש- פּעט מען ניט בא אונדז.
אָבער יעדער מעלוכע דארף זיך פארטיידיקן פון יענע, װאָס פארמעסטן זיך אף איר, רופן ארונטערײַסן אָדער פארניכטן זי, פון יענע, ענדלעך, װער עס פארנעמט זיך מיט שפּיאָנאזש לעטויוועס די אויסלענדישע אױסשפּיר-אָרגאנען. די דאָזיקע אקציעס װערן לוט אונדזערע געזעצן קוואליפיצירט אלס מעלוכע-פארברעכנס. די לעצטע צײַט, װי מע האָט מיך אינפאָרמירט, קומען אָפּ אין פססר די שטראָף פאר אלע מינים פון אזעלכע פארברעכנס עטװאָס מער פון 200 מענטשן.
וועגן סאכאראָוון. מיר איז שוין אויסגעקומען צו ענטפערן אף אן ענלעכער פראגע. דעריבער װעל איך זײַן קורץ. װי באװוּסט, זײַנען פון זײַן זײַט דערלאָזט געװאָרן קעגנגע- זעצלעכע אקציעס. וועגן דעם האָט ניט איין מאָל מיטגעטיילט די פּרעסע. בענעגייע אים זײַנען אָנגענומען געװאָרן מיטלען אין העסקעם מיט אונדזער געזעצגעבונג.
די פאקטישע זאכלאגע הײַנט-צו-טאָג איז אזא. סאכאראַוו װוינט אין גאָרקי אין נאָר- מאלע באדינגונגען, פירט א וויסנשאפטלעכע ארבעט, פארבלײַבט א ווירקלעכער מיטגליד פון דער וויסנשאפט-אקאדעמיע פון פססר. זײַן געזונט-צושטאנד, אף וויפל מיר איז בא- װוּסט, איז א נאַרמאלער.
זײַן פדוי איז ניט לאנג צוריק ארױיסגעפאָרן קיין אויסלאנד זיך היילן. װאָס איז שײַעך סאכאראָוון אליין, איז ער װי פריִער א טרעגער פון סוידעס פון באזונדערער מעלוכישער װיכטיקײַט און מאכמעס דער דאָזיקער סיבע קאָן ער קיין אויסלאנד ניט ארױספאָרן.
און וועגן צענזור. זי איז בא אונדז דאָ. איר אופגאבע איז ניט צו דע-לאָזן, אז עס זאָלן אויסגעגעבן ווערן אין דער פּרעסע מעלוכישע און מיליטערישע סוידעס, ניט דערלאָזן קיין פּראָפּאגאנדע פון מילכאָמע, גוואלדטאט, אכזאָריעס, איזדיעקעניש איבע- דער פערזענלעכ- קײַט, פּאַרנאַגראפיע. דער אָפּקלײַב פון װערק אף צוֹ פארעפנטלעכן, דאָס דעדאגירן זיי, דאָס קירצן אאוו. --- דאָס איז די זאך גופע פון די מיטלען פון מאסן-אינפאַרמאציע און פון די בוך-פארלאגן, פון זייערע רעדאקציאַנעלע קאָלעגיעס און רעדאקציאָנעלע ראטן. איך קאָן דערצו צוגעבן בלויז איינס -- אין דעם אָדער יענעם אויסזען עקזיסטירט א צענזור פון דעם מין אין יעדן לאנד. בא אײַך, לעמאָשל, באשטימען, װאָס צו דרוקן און װאָס ניט צו דרוקן די אייגנטימער פון די צײַטונגען און פארלאגן אָדער רעדאקטאָרן, װאָס זי האָבן געדונגען. און פאר רעכילעס אָדער פאר אויסגעבן מעלוכע-סוידעס פארפאָלגט מען דורכן געריכט. איך רעד שוין ניט וועגן דער פארשפּרייטער, לעמאָשל, אין פשא פּראקטיק פון ארויסגעמען אונטערן דרוק פון גרופּעס רעאקציאַנערן ביכער פון די שול-ביבליאָטעקן, דערונטער, װי עס איז מיטגעטיילט געװאָרן אפן לעצטן קאָנגרעס פון פּען-קלוב, ביכער פון אזעלכע שרײַבער, װי דאָסטאָיעווסקי, העמינגוויי, אפילע דיקענס, שוין אָפּגערעדט װעגן ,טאָגבוך פון אנא פראנק". אזעלכע זײַנען די פאקטן. און זיי, װי באװוּסט, זײַנען א זאך אן אקשאָנעסדיקע.
א שאָד, װאָס אין פראנקרײַך, ביכלאל אין די מײַרעװ-לענדער, איז מען אזוי װײניק
9
באקאנט מיט דער סאָוועטישער פּרעסע, טעלעוויזיע, ראדיאָ. די פרײַהײַט פון װאָרט, די פרײַהײַט פון קריטיק איז בא אונדז גאָר א ברייטע. אין לאנד גייען אָפענע, צומאָל זייער שארפע דיסקוסיעס. איצט, ערעוו דעם צוזאמענפאָר, איז דאָס באזונדערס באשײַמפּערלעך צו זען. און, ערלעך געזאָגט, באטראכט איך וי צוויִעס און פאלשקײַט די פּילדערנדיקע קאמ- פּאניעס, װאָס האָבן דעם ציל צו , דערװײַזן", אז פססר (און אין אונטערטעקסט מיינט מען דעם סאָציאליזם ביכלאל) שטעלט מיט זיך קלוימערשט פאַר א געזעלשאפט, אין וועלכער עס הערשט אינארטיקײַט, אָפיציעלע צידייען-אײינהײַטלעכקײט אדג. אדג.
די אקטיווע לעבנס-פּאָזיציע, דער קאמף קעגן אומגערעכטיקײַט, קעגן ברעכן די גע- זעצלעכקײַט און די געזעלשאפטלעכע מאָראל -- דאָס איז אין אונדזער געזעלשאפט די נאָרמע פון אופירונג, א פארפיקסירטע אין דער קאָנסטיטוציע, אין וועלכער קריטיק װוערט באטראכט, וי דאָס רעכט פון יעדן בירגער. נאָך מער. די, וועלכע שטערן דער קריטיק -- בא אונדז רופט מען זי אָפט אָן, לויט מײַן מיינונג, גאנץ ווייך , קריטיק-דערשטיקער", -- קומען אין א סטירע מיטן געזעץ. פאר אזא סאָרט מײַסים קאָן אן אמטלעכע פּערזאַן פון באליביקן ניוואָ אפילע איבערגעגעבן ווערן צום געריכט. אונדזער פּרעסע, די ראדיאָ און טעלעוויזיע זײַנען עפשער נאָך אומפולקום, נאָר אינגאנצן גענומען זײַנען זי א ברייטע און פרײַע טריבונע פון דעם פאָלקס מיינונג, פון דער געזעלשאפטלעכער מיינונג.
פראגע: אין פארשיידענע קרײַזן אין די מײַרעװ-לענדער פארגיט מען אָפט א פראגע: צִי האָט מען בײַגעקומען אינעם סאָוועטנפארבאנד די רעשטן פונעם סטאליניזם?
ענטפער: ,סטאליניזם" איז א באגריף, װאָס עס האָבן אים צוגעטראכט די קעגנער פון קאָמוניזם און ער ווערט ברייט אויסגענוצט צו מעזאלזל זײַן דעם סאַוועטנפארבאנד און דעם סאָציאליזם אינגאנצן גענומען.
זינט ס'איז אפן אא פּארטיי-צוזאמענפאָר אופגעהויבן געװאַרן די פראגע וועגן בײַקומען סטאלינס פּערזאַנען-קולט און ס'איז אָנגענומען געװאָרן די באשטימונג פון צק קפּספ איבער דער דאָזיקער פראגע, איז דורך דרײַסיק יאָר. לאָמיר זאָגן אָפן, דאָס זײַנען געווען פאר אונדזער פּארטיי ניט קיין גרינגע באשלוסן. דאָס איז געווען אן אױספּרװו אף פּארטייישער פּרינציפּיִעלקײַט, אף טרײַשאפט דעם לעניניזם.
איך האלט, אז מיר האָבן אים װירדיק אויסגעהאלטן און האָבן געמאכט פון דעם פאר- גאנגענעם די געהעריקע אויספירן. דאָס האָט א שײַכעס צום לעבן פון דער פּארטיי גופע און פון דער סאָוועטישער געזעלשאפט אינגאנצן גענומען. אונדזער וויכטיקסטע אופגאבע זעען מיר אײַן אינעם װײַטערדיקן אנטוויקלען די אינערלעך-פּארטיייִשע דעמאַקראטיע, װי אויך די סאָציאליסטישע דעמאָקראטיע ביכלאל, אינעם פארשטארקן די פּרינציפּן פון קאָ- לעגיאלקײַט אין דער ארבעט, אין פארברייטערן די עפנטלעכקײַט. די פּארטיי, איר צענטראל- קאָמיטעט פאַדערן פון די מענטשן, װאָס זײַנען אויסגעוויילט געװאָרן אף אַנפירנדיקע פּאָסטנס, באשײדנקײַט, זיי דערציִען בא די קאָמוניסטן אומטאָלעראנטקײַט צו כניפע, אונ- טערלעקערײַ. מיר גיבן צו און וועלן צוגעבן א קאָלאָסאלן באדײַט דער אָפּהיטונג און פאר- פעסטיקונג פון דער סאָציאליסטישער געזעצלעכקײַט, מיר װעלן קעסיידער האלטן אונטער א שטרענגן קאָנטראָל די געזעץ-אָפּהיטנדיקע אָרגאנען. דאָס אלץ זײַנען וויכטיקע ריכטונגען פון דער פּאָליטישער ארבעט, װאָס אונדזער פּארטיי פירט איצט דורך. און זי, אָט די ארבעט, דאָס גאנצע הײַנטיקע לעבן אונדזערס גיט אן איבערצײַגעװדיקן ענטפער אף דער פראגע, װאָס איר האָט געשטעלט.
פראגע: וי װעלן זיך אָפּרופן די פּראָצעסן, וועלכע קומען איצט פאָר בא אײַך אין לאנד, אפן צושטאנד פונעם קולטור-לעבן אין פססר, װאָס אין די מײַרעװ-לענדער קאָן מען עס, אנעוו, שלעכט?
ענטפער: אונדזער קולטור-לעבן קאָן מען אין די מײַרעװ-לענדער טאקע ווירקלעך זייער שלעכט. און אוב שוין רעדן אינגאנצן אָפנהארציק, איז עמעץ-װוער אין מײַרעוו, בא- נוצנדיק זיך דערמיט, שטאָפּט פּאָשעט אָן די מענטשן מיט פאלסיפיקאציעס, פארקריפּלט די עמעסע זאכלאגע.
דער סאַוועטנפארבאנד לעבט איצט איבער אין דער קולטור א פּעריִאָד פון היפּשן אופ- שטײַג. פיל באדײַטנדיקע שרײַבער, דיכטער, קאָמפּאָזיטאָרן, קינסטלער, ארטיסטן און רע- זשיסערן פון אָפּערע, באלעט, דראמע, קינאָ זײַנען אונדזערע מיטצײַטלער. באדײַטנדיקע ניט בלויז לויט אונדזערע מאָסן, נאָר אויך לוט די וועלט-מאָסן. די ליטעראטור און קונסט זײַנען געװאַרן בא אונדז אין לאנד דאָס אייגנס ניט פון א הײַפל מעווינים און מעצענאטן, נאָר פון קאָלאָסאלע פאָלקס-מאסן, אין סאָוועטנפארבאנד גייט ארויס מיט ניט-געזעענע
10
טיראזשן די קלאסישע און מאָדערנע פּאָעזיע און פּראָזע -- סײַ די סאָוועטישע, סײַ די אויסלענדישע, אײַנגעשלאָסן, פארשטייט זיך, אויך די פראנצויזישע. נאָר עפשער די סאמע מערקווירדיקע דערשײַנונג אין אונדזער קולטור-לעבן איז די ברייטע אנטוויקלונג פון דער קינסטלערישער פאָלקס-שאפונג.
אין דעם פּלאן מיין איך, אז די ענדערונגען, וועלכע קומען פאַר אינעם לעבן פון אונדזער געזעלשאפט, װעלן בעלי סאָפעק, אָנרירן אויך די סאָוועטישע קולטור, װעלן זיך גינסטיק אָפּדופן אף איר.
צולִיב איר װײַטערדיקער שנעלער אנטוויקלונג, צוליב איר אלזײַטיקן פאנאנדערבלי האָבן מיר אלץ, װאָס איז נייטיק. די געבילדעטקײַט פון די ברייטע מאסן, די װונדערלעכע טראדיציעס פון טיפער אכטונג, אינטערעס, שטרעבונג צו גײַסטיקע וװערטן, דעם צוטריט צו דער גאנצער רײַכקײַט און פארשיידנארטיקײַט פון דער פילנאציאַנאלער קולטור פון אונדזער לאנד און, לעסאָף, די פּאָליטיק פון דער פּארטיי, װאַס האלט די אנטוויקלונג פונעם גײַסטיקן לעבן פון דער געזעלשאפט פאר איינער פון די סאמע פּריאַריטעטע אופגאבעס. מיר טראכטן איצט אויך וועגן באדײַטנדיק פארשטארקן די מאטעריעלע באזע פון דער קול- טור, פון דער גאנצער גײַסטיקער ספערע.
פראגע: און איצט דערלויבט אריבערגיין צו צווישנפעלקערלעכע פראגעס. צי קאַנען די אמעריקאנער פּלענער פון ,, שטערן-מילכאָמעס" ברענגען צו א מילכאַמע? צי מערקט איר אָפּ נאָך דער זשענעווער טרעפונג אפן העכסטן ניװואָ נײַע סימאַנים פון אופלעבן די אנט- שׂפּאנונג אין די צווישנפעלקערלעכע באציונגען?
ענטפער: איר האָט פארגעבן מיטאמאָל צוויי פראגעס.
די ערשטע -- וועגן דער אמעריקאנער פּראָגראם פון , שטערן-מילכאָמעס". לויט אונד- זער טיפער איבערצײַגונג, פארשטארקט אָט די פּראָגראם ווירקלעך די מילכאָמע-געפאר, און אף א באשטימטן עטאפּ קאָן זי מאכן די מילכאָמע פאר מעגלעך. וועגן דעם סמאך, אף וועלכן עס ווערט געבויט אזא אויספיר, איז געזאָגט געװאָרן ניט איין מאָל -- דערבײַ גענוג אויספיר- לעך. איך װאָלט געװאָלט ווענדן די אופמערקזאמקײַט בלויז אף איין אספּעקט פון דער פּראָבלעם. האגאם די פארווירקלעכונג פונעם גאנצן אײַנפאל מיט די , שטעדן-מילכאָמעס" פּלאנירט מען צו פארענדיקן אין צענדליקער יאָרן ארום, און אין דער מעגלעכקײַט אים צו פארווירקלעכן גלייבט בלויז א הײַפעלע ,ענטוזיאסטן", װעט זי ברענגען צו זייער ערנסטע פאָלגן -- אויב פשא װועלן אין אָט דער זאך בלײַבן פאראקשנט -- שוין אין דער נאַענטסטער צוקונפט. עס האנדלט זיך וועגן דעם, װאָס וואשינגטאָן, פארווירקלעכנדיק די פּראָגראם פון די ;שטערן-מילכאָמעס", גייט אײַן אין טאָך גענומען באוווסטזיניק אף אראָפּרײַסן די אונטער- האנדלונגען, וועלכע ווערן געפירט, און אף איבערשטרײַכן אלע עקזיסטירנדיקע פארשטענדי- קונגען וועגן באגרענעצן די באװאָפענונגען. אוב אזוי װאָלטן שוין אין די נאָענטסטע יאָרן פססר און פשא, זייערע פארבינדעטע, די גאנצע וועלט זיך געפונען אין אן אומגעבונג פון אב- סאַליוט ניט-קאַנטראָלירטן װאָפנפארמעסט, פון סטראטעגישן כאאָס, פון געפערלעך ארונטער- געריסענער סטאבילקײַט, אלגעמיינער ניט-זיכערקײַט און שרעק און פארבונדענער מיט דעם אלץ געשטיגענער ריזיקע פון א קאטאסטראָפע. דאָס איז, כאזער איך איבער, א געפאר, װאָס דראָעט ניט אונדזערע אורייניקלעך, נאָר אונדז אליין, אונדז אלעמען, דער גאנצער מענטש- הײַט.
צוליב װאָס זשע זאָל מען גיין אף אזא ריזיקע? איך דערלאָז, אז פּערזענלעך דער פּרע- זידענט רייגאן גלייבט אין דער ,רעטונגס"-מיסיע פון די , שטערן-מילכאָמעס". נאָר אויב עס גייט בלויז אין דעם, מע זאָל מאכן א סאָף צו דער נוקלעארער געפאר, איז פאדװאָס זאָל פשא ניט אײַנגײן אין פּרינציפּ אף די לעצטע פאָרשלאָגן פון פססד: זיי זעען דאַך פאָר א סאך א קירצערן, גלײַכערן, וועלוועלערן, און דעריקער א מער זיכערן װועג צום באזײַטיקן די נוקלעארע געפאר -- די פולע ליקווידירונג פון דעם נוקלעארן װאָפן. איך באטאָן -- א מער זיכערן. דער וועג צו דעם דאָזיקן ציל, װאָס עס לייגט איצט פאָר פשא, איז דאָך האַ- פענונגסלאָז. דאָס נוקלעארע װאָפן, טראַץ די באהויפּטונגען פון די אָנהענגער פון די , שטערן- מילכאָמעס", װעט פּאַשעט ניט באװײַזן צו ,פארעלטערט װערן', פארקערט, עס װעט פאר- פולקומט ווערן און ס'קאָן דערגיין ביז דעם, עס זאָל ווערן אף אזויפיל קאַמפּליצירט, אז דעם אופטראָג אָנצונעמען באשלוסן װעט אויסקומען אינגאנצן איבערלייגן אף עלעקטראַנישע רעכנמאשינען, אף אװטאָמאטן. און דערמיט גופע מאכן די מענטשלעכע ציוויליזאציע פאר אן אָרעװניצע פון מאשינען, און דאָס באטײַט אויך פון טעכנישע איבערשלאָגן און דעפעקטן. אף וויפל דאָס איז געפערלעך האָט נאָכאמאָל באוויזן די אַקאָרשט פאָרגעקומענע טראגעדיע
11
מיט דער אמעדיקאנער קאָסמישער שיף ,טשעלענדזשער" -- א זיכערע, א פיל מאָל אויסגע- פּרוּווטע אין די גרענעצן, אין וועלכער עס איז ביכלאל הײַנט-צו-טאָג מעגלעך.
כ'בין איבערצײַגט, אז דאָס פארשטייט מען גוט אויך אין וואשינגטאָן, אז דאָרט פאלט אויס אף איין , גלייבנדיקן" אין אזא סיוררעאליסטישן פּלאן פּאָטער צו װערן פון דער נוק- לעארער געפאר אלס מינימום צען ציניקער, וועלכע האָבן אין זינען קלאל ניט דאָס, וועגן װאָס, זעט אויס, עס רעדט און טרוימט דער פּרעזידענט רייגאן. איינע, לעמאָשל, פארשטייענ- דיק, אז קיין , אומדורכדרינגלעכן פּאנצער" קאָן מען ניט שאפן, גייען אײַן אויך אף עפּעס װייניקערס, אף באגרענעצטער קעגנראקעטן-שוץ, וועלכע װאָלט אין א קאָמבינאציע מיט די מיטלען פון א פּרעווענטיוון קלאפּ איבער די באשטראָפונגס-קרעפטן פון דעם צווייטן צאד דערמעגלעכט אן אומבאשטראַפטע נוקלעארע אגרעסיע. אנדערע ווילן פּאַשעט ניסאשער ווערן. דריטע, -- ארײַנציִענדיק פססר אין קאָסמישן פארמעסט, -- ארונטערײַסן זײַן עקאַ- נאָמיק. פערטע -- פארגרעסערן דעם טעכנאַלאָגישן אָפּשטאנד צװישן פשא און מײַרעװ- אײיראָפּע און דערמיט גופע באװאָרענען איר אָפּהענגיקײַט... נו, און אזוי װײַטער.
אזוי אז די פראגע וועגן די , שטערן-מילכאָמעס" איז א פראגע זייער א ברייטע. דאָ האָבן זיך צוזאמענגעשטויסן ניט בלויז צוויי מיינונגען װעגן דער דאָזיקער קאַנקרעטער פּראָגראם, נאַר אויך צוויי צונאנגען, צוויי קאַנצעפּציעס פון געפארלאַזיקײַט.
די אמעריקאנישע -- דאָס איז א קאָנצעפּציע פון באװאָרענען די געפארלאָזיקײַט קוי- דעמקאָל אפן כעזשבן פון די מיליטעריש-טעכנישע מיטלען, אין געגעבענעם פאל אפן כעזשבן פון א נײַעם ,סופּערװאָפן, פון א טעכנישן פאָקוס, װאָס זאָל העלפן זיך ארױיסקלײַבן פונעם נוקלעארן טעמפּן ווינקל. ניט געקוקט דערבײַ אף די זייער ניט-באשטימטע, ביז געלעכטער ניט-װאָרהאפטיקע רייד װעגן דער גרײיטקײַט , זײַנערצײַט" טיילן זיך מיט דער ,װוונדער-טעב- נאָלאָגיע" מיט אנדערע לענדער (אײַנגעשלאָסן פססר), יל פשא זיך ארױיסקלײַבן פון דעם דאָזיקן טעמפּן ווינקל אליין;: קעדיי דערגרייכן אבסאָליוטע געפארלאָזיקײַט פאר זיך, אוועקשטעלן אין א לאגע פון ,אבסאַליוטער געפאר" אלע אנדערע.
די סאָוועטישע -- דאָס איז א קאַנצעפּציע פון באװאָרענען גלײַכע געפארלאַָזיקײַט פאר אלעמען אפן װועג פון פארקירצן די באװאָפענונגען און אנטװאָפענונג, אפילע ביז דער פול- שטענדיקער ליקווידאציע פון אלע מינים װאָפּן פון מאסן-פארניכטונג. װײַל אין אונדזער צײַט קאָן ניט זײַן קיין געפארלאָזיקײַט פון פססר אָן דער געפארלאָזיקײַט פון פשא, אַן דער געפארלאָזיקײַט פון די לענדער פונעם ווארשעווער אָפּמאך, אָן דער געפארלאָזיקײַט פון די נאטאַ-לענדער. און אָן זייש- קעגנזײַטיקער געפארלאָזיקײַט קאָן אויך ניט זײַן קיין אלגעמיינע געפארלאָזיקײַט.
ענטפערנדיק אף אײַער פראגע, װויל איך באזונדערס אויסטיילן די פּראָבלעם וועגן בא- פרײַען אײראַפּע פון נוקלעארן װאָפן, אין דער ערשטער ריי פון ראקעטעס פון מיטעלער װײַטקײַט, וועלכע רײַסן ערנסט ארונטער די אײיראָפּעיִשע זיכערקײַט. און דאָ האָבן מיר רעכט אויסצורעכענען אפן רעאליזם און פארשטאנד פון דער ענגלישער און, פארשטענדלעך, פון דער פראנצויזישער פּאָליטיק.
די אָנהענגער פון נוקלעארער באװאָפענונג לאָזן אין גאנג דעם ארגומענט מיקויעך דעם, אז, קלוימערשט, אויב מע זאָל זי ליקווידירן, וועלן די מײַרעװו-לענדער בלײַבן ,שוצ- לאָז" אין אָנבליק פון דער סאָוועטישער איבערװאָג" אין די אזויגערופענע געוויינלעכע בא- װאָפענונגען. איך װעל איצט ניט שטרײַטן װעגן דעם, צי איז פאראן אזא , איבערװאָג" צִי ניט. דאָס וויכטיקסטע איז ניט אין דעם -- אונדזערע פאָרשלאָגן זעען פאָר צו פארקירצן אויך די דאָזיקע באװאָפענונגען, פּונקט װי צו פארשטארקן די מיטלען פון צוטרוי. ניט צוליב דעם זײַנען מיר ארױסגעטראָטן מיטן פאָרשלאָג מאכן א סאָף צום נוקלעארן װאָפן, קעדיי פּאָשעט אריבערטראָגן דעם װאָפנפארמעסט אין אנדערע ספערן, וועלכע װעלן מיט דער צײַט ווערן ניט װייניקער געפערלעך,
מיר פארשטייען, אז די פארווירקלעכונג פון אונדזער געפארלאָזיקײַט-קאַנצעפּציע אין לעבן פאָדערט קאָלאָסאלע אָנשטרענגונגען, מי, אקשאָנעסדיקן קאמף, דאָס אײַנברעכן טויזנט- יאָריקע טראדיציעס, וועגן װאָס איך האָב שוין גערעדט. אַבעד די וועלט קאַן פּאַשעט ניט װײַטער פאָרזעצן לעבן און פונקציאָנירן אפן אלטן שטייגער, ווען די געפאר פון א נוקלעא- רער מילכאָמע איז רעאל.
צי איז ביכלאל מעגלעך א וועלט אָן װאָפן, א וועלט אָן מילכאָמעס? אף אָט דער פראגע װאָלט איך געענטפערט מיט א פראגע: און צי איז מעגלעך אײַנהיטן די מענטשלעכע ציווי- ליזאציע, פאָרזעצנדיק דעם זיך פארגיכערנדיקן אָן אופהער װאָפנפארמעסט, אָנפּאַמפּענדיק
12
אָנשטרענגונג, באלאנסירנדיק אפן קעסיידער, אזוי צו זאָגן, דינער װערנדיקן ראנד פון מיל- כאָמע?
צי איז צו באמערקן נאָר דער זשענעווער שפּיצן-באגעגעניש סימאַנים פון אופלעבן די אנטשפּאנונג אין די צווישנפעלקערלעכע באציונגען? דאָ קומט אויס, לוט מײַן מיינונג, צו זײַן אין די אָפּשאצונגען פאָרזיכטיק. יאָ, װאָסערע-ניט-איז סימאָנים הייבן זיך אָן צו באװײַזן. אין עס גייט ניט בלויז און ניט אזויפיל וועגן באזונדערע איבערוקן אין געביט פון די סאָווע- טיש-אמעריקאנישע באציונגען: זיי זײַנען צו באגרענעצט, פּעריפערייש, בארירן ניט קיין איקערדיקע פּראָבלעמען. דערפאר אָבער פילט זיך שוין א באשטימטע ענדערונג פון דער פּאָליטישער אטאָמספער. און דאָס האָט בא די פעלקער פון פיל לענדער אומגעקערט צום לעבן די האָפענונג און דעם גלויבן אין דער מעגלעכקײַט אומצוקערן זיך צו אנטשפּאנונג, אָפּצוישטעלן דעם אומזיניקן װאָפנפארמעסט, צו אנטוויקלען א נאָרמאלע פרידלעכע צווישן- פעלקערלעכע מיטארבעט. דאָס איז שוין עפּעס-װאָס רעאלס, פּאָליטיש מאמאַשעסדיקס.
די זיך ענדערנדיקע פּאָליטישע אטמאָספער העלפט אויך אונדז, העלפט דעם סאַװועט1- פארבאנד מער געוואגט, מער אנטשלאָסן צוגיין צום אויסארבעטן נײַע פאַרשלאָגן, נײַע איני- ציאטיוון. מע פרעגט מיך צומאָל: צי קאָן דער סאָוועטנפארבאנד גלייבן, אז די איצטיקע אדמיניסטראציע פון פשא, װי אויך די רעגירונגען פון אייניקע פארבינדעטע מיט זיי לענדער וועלן אײַנגײן אף די נײַע סאָוועטישע פאָרשלאָגן? אזעלכע, צום בײַשפּיל, וי פולשטענדיקער פארבאָט פון נוקלעארע אופרײַסן, עטאפּנװײַזע פארניכטונג פון נוקלעארן װאָפן אין אײיראָפּע און אומעטום אין דער וועלט, אױסמײַדונג פון װאָפנפארמעסט אין קאָסמאָס אאוו.
די פראגע איז א רעכטמעסיקע. אָבער פּאָליטיק, באזונדערס אין דער נוקלעארער טקופע, קאָן מען דאָך ניט בויען לױיטן פּרינציפּ -- צי גלייבסטו ביכלאל דעם פּארטניאָר צי ניט. פּאָליטיק דארף מען בויען אף רעאלע יעסוידעס, נעמענדיק אין אכט די צעשטעלונג פון די קויכעס אף דער צווישנפעלקערלעכער ארענע, די באדערפענישן פון דער צײַט, די אינטערעסן פונעם אייגענעם פאָלק, פון אנדערע פעלקער, פון דעם אלגעמיינעם שאָלעם. און וויבאלד אזוי, איז דער סאָוועטנפארבאנד װי א סאָציאליסטישע מעלוכע פּאַשעט מעכויעוו פאָרלייגן דער וועלט א ראדיקאלע און צוזאמען דערמיט א רעאליסטישע, װאָס נעמט אין אכט די אינ- טערעסן פון אלע פעלקער אלטערנאטיוו דער נוקלעארער מילכאָמע, א פּראָגראם פון לייזן די פּראָבלעמען, וועלכע שטייען פאר דער מענטשהײַט. אזעלכע פאָרשלאָגן זײַנען א מין ,װאָרהײַט-מאָמענט". זיי צווינגען אונדזערע פּארטניאָרן לוט די אונטערהאנדלונגען באװײַזן זייער פּאָנעם, באװײַזן, װאָס פאר א צילן פארפאָלגט זייער פּאַליטיק אינדערעמעסן. ווען מיר האָבן פאָרגעלייגט א מאָראטאָריָום אף די נוקלעארע אופרײַסן, האָט מען אונדז געזאָגט -- זעסט, װאָס פאר א כיטראקעס, זיי האָבן דורכגעפירט אין דעם יאַר מער אױספּרוון (אגעוו, איז דאָס אויך דעמלט ניט געווען עמעס), און אצינד לייגן זיי פאָר פשא אָפּצושטעלן זיך, שוין אָט דער זיבעטער כוידעש, װי מיר פירן ניט דורך קיין אױספּרװון. אצינד קאָן אויך פשא ניט אויסנוצן דעם דאָזיקן טערעץ. דעמלט האָט מען אָנגעהױבן ריידן װועגן קאָנטראַל, וועגן רעווידידן. מיר האָבן אויסגעדריקט גרײטקײַט צו באליביקע קאַנטראָל-מיטלען. איז אָפּגעפאלן אויך אָט דער טערעץ. װאָס זשע פארבלײַבט? צי דען בלויז די אנטשלאָסנקײַט פון פשא אום יעדן פּרײַז פאָרזעצן דעם װאָפנפארמעסט?
אין דעם , דעקרעט וועגן שאָלעם", וועלכן ס'האָט אַנגעשריבן װו. אי. לענין (עס איז, אגעוו, געווען דער סאמע ערשטער דעקרעט פון דער אַקאַרשט געבוירענער סאָוועטנמאכט), איז געווען אויסגעדריקט די פעסטע קאװאָנע פון דער ערשטער אין דער געשיכטע סאָציָא- ליסטישער מעלוכע פירן די פּאָליטיק, ארבעטן ,...אָפן פארן גאנצן פאָלק", ווענדן אירע פאָר- שלאָגן ,צו די רעגירונגען און פעלקער", ,..העלפן די פעלקער ארײַנמישן זיך אין די פראגן פון מילכאָמע און שאָלעם". , מיר, -- האָט, פאָרשטעלנדיק דעם פּראָיעקט פון דעם דאָזיקן דעקרעט פארן צוזאמענפאָר פון די סאָװועטן, געזאָגט לענין, -- קעמפן קעגן דעם שוינדל פון די רעגירונגען, וועלכע ריידן אלע מיט דער צונג וועגן שאָלעם, גערעכטיקײַט, און אינ- דערעמעסן פירן זיי פארכאפּערישע. רויבערישע מילכאָמעס". און צוזאמען דערמיט האָט ער געזאָגט, האַבנדיק אין זינען די באציונגען פונעם סאָוועטנלאנד מיט די קאפּיטאליסטישע מעלוכעס: , מיר וואגן ניט, דארפן ניט געבן קיין מעגלעכקײַט די רעגירונגען זיך פארבא- האלטן הינטער אונדזער ניט-נאַכגיביקייט און אויסבאהאלטן פון די פעלקער, פארװאָס שיקט מען זי אף דער בלוטבאָד... די אולטימאטיװוקײַט װעט פארלײַכטערן אונדזערע קעגנער זייער לאגע. מיר אָבער װועלן אלע באדינגען באװײַזן דעם פאָלק. מיר װעלן אוועקשטעלן אלע רע- גירונגען קעגן אונדזערע באדינגען, און זאָלן זיי געבן אן ענטפער זייערע פעלקער".
15
אזא איז די פּרינציפּיעלע קאָמוניסטישע שטעלונג פון דער פראגע און איך האָב ניט צופעליק דערמאָנט אָט די לענינישע װערטער, לענינישע פּרינציפּן. צװישן דער דעמלטיקער און דער איצטיקער סיטואציע איז פאראן א גרויסע ענלעכקײַט. אין 1917 יאָר, אין סאמע ברען פון דעם ערשטן וועלט-קריג איז די איקערדיקע פראגע געװוען: װי מאכן װאָס גיכער א סאָף צו דער בלוטפארגיסונג, װאָס די אימפּעריאליסטישע רעגירונגען האָבן אָנגעבונדן די פעלקער. און וו. אי. לענין, די פּארטיי האָבן באשלאָסן, אז דער סאמע עפעקטיווער וועג איז -- זיך װענדן ניט בלויז צו די רעגירונגען, נאָר אויך צו די פעלקער. איצט זײַנען די פעלקער פון דער וועלט ארײַנגעצױגן געװאָרן אין דעם װאָפנפארמעסט, אין דער נוקלעאר- קאַנקורענץ, וועלכע דראָעט מיט נאָך א גרעסערער בלוטבאָד. און ס'איז נאטירלעך, װאָס מיר, ארבעטנדיק אקשאַנעסדיק, סקרופּולעז איבער דער לייזונג פון די דאָזיקע פּראָבלעמען מיט די רעגירונגען פון די מײַרעװ-לענדער, ווענדן זיך קעסיידער אויך צו די פעלקער, אדרעסירן זיי אונדזער פּאָליטיק.
פראגע: צי איז פאראן א סמאך אויסצורעכענען, אז אין דער נאָענטסטער צוקונפט װעט זיך פארענדיקן די מילכאָמע אין אפגאניסטאן, און, הייסט עס, אז פון דעם דאָזיקן לאנד װעט ארויסגעפירט װוערן דאָס סאָוועטישע מיליטער?
ענטפער: מיר װאָלטן דאָס זייער געװאָלט און מיד װעלן, אף וויפל מיר זײַנען בעקויעך, שטרעבן דערצו. די רעגירונג פון אפגאניסטאן, װי מיר ווייסן, האלט זיך בא דער זעלבער פּאַזיציע. זי איז גרייט גיין װײַט אפן וועג פון אײַנרעגולירן די קאָמפּליצירטע פּראָבלעמען פון דער אינערלעכער אנטוויקלונג פונעם לאנד. זי שליסט אקטיוו אָן צום אָנטײל אינעם אײַנאַרדענען דאָס לעבן פארשיידענע פּאָליטישע קויכעס סײַ אין צענטער, סײַ אין די פּראָװינצן, אײַנגעשלאָסן פאָרשטייער פון די שװאָטים, פון די גײַסטלעכע, פון דער אינטעליגענץ, פון די געשעפטלעכע קרײַזן.
צוזאמען דערמיט הענגט דאָ ניט אלץ אָפּ פון דער אפגאניסטאנער רעגירונג. פאראן אין דעם דאָזיקן קאָנפליקט, װאָס איז דאָך אנטשטאנען טאקע איבער דער ארײַנמישונג פון אויסן, זײַטיקע קויכעס, וועלכע זײַנען פארינטערעסירט, ער זאָל זיך ציִען װײַטער און זיך פארברייטערן -- דאָס זײַנען פּאקיסטאן און פשא. עס קאָן װוירקן אפן גאנג פון די געשעע- נישן אויך מײַרעװ-אײראָפּע. איך מיין, אז אויב מע װאָלט דאָרט ניכטער אָפּגעשאצט די סיטואציע אין אפגאניסטאן און ארום אים און מע װאָלט, פארשטייט זיך, אָפּגעװױגן די אייגענע אינטערעסן, די אינטערעסן פון דעם אלגעמיינעם שאָלעם, װאָלטן זיך געפונען וועגן אף מיטצוּווירקן דער לייזונג פון דער פּראָבלעם.
פראגע: צי קאַנען פארבעסערט װערן די סאָוועטיש-פראנצויזישע באציונגען און װאָס איז צוליב דעם נייטיק טאָן?
ענטפער. פארשטייט זיך, אז זיי קאָנען. איך װאָלט אפילע געזאָגט, אז זי דארפן פאר- בעסערט װוערן. דער סאָוועטנפארבאנד איז פאר א ברייטער מיטארבעט מיט פראנקרײַך, פאר פרײַנטשאפט צװישן דעם סאָװועטישן און פראנצויזישן פעלקער. די אונטערשיידן צװישן פססר און פראנקרײַך זײַנען לאכלוטן ניט קיין מעניִעס פאר זייער אײַנפארשטענדיקונג און מיטארבעט. דאָס איז אונדזער פעסטע, לאנגדויערנדיקע, פּרינציפּיעלע פּאָזיציע. די פאר- בעסערונג פון דער קעגנזײַטיקער פארשטענדעניש און דאָס אַרגאניזירן די מיטארבעט פון פססר און פראנקרײַך האלטן מיר פאר וויכטיק צוליב דעם איקערדיקן אינטערעס פון אונד- זערע לענדער -- דער פארשטארקונג פונעם שאָלעם אין אײראָפּע און אין דער גאנצער וועלט, דער פארגעזינטערונג פון דער צווישנפעלקערלעכער אטמאָספער.
געבן א נײַעם אימפּולס די סאָוועטיש-פראנצויזישע באציונגען -- דערין איז געווען דער זין אויך פון דער טרעפונג אפן העכסטן ניװואָ אין פּאריזש הארבסט פאָריקן יאָר. פאר דער לעצטער צײַט איז עפּעס-װאָס געלונגען צו דערגרייכן. אָבער פון אונדזער שטאנד"י פּונקט, פארבלײַבן נאָך גרויסע ניט-אויסגענוצטע מעגלעכקײַטן. מיר װאָלטן געװאָלט אויס- רעכענען, אז אונדזערע לענדער וועלן זײַן אקטיווע פּארטניאָרן באם לייזן אזעלכע פּראָבלע- מען פון היסטאָרישן מאסשטאב, װי אײַנצאמען דעם װאָפּנפארמעסט און פולשטענדיק ליק- ווידירן דעם נוקלעארן װאַפן, אנדערע מינים געװער פון מאסן-פארניכטונג, אױסמײַדן די שאפונג פון קאָסמישן אטאקיר-װאָפן.
5 14
דער סאַוועטנפארבאנד און פראנקרײַך מיט זייער גרויסן וויסנשאפטלעך-טעכנישן און אינטעלעקטועלן פּאָטענציאל, מיט זייער דערפארונג פון גוטע באציונגען װאָלטן געקאַנט װײַזז ניט קיין שלעכטן בײַשפּיל פון מיטארבעט אפן געביט פון דער וויסנשאפט און טעכניק. צוזאמען מיט דער װײַטערדיקער אנטוויקלונג פון די האנדלס-עקאַנאַמישע באציונגען װאָלט דאָס געקאָנט, אגעוו, אין א געוויסער מאָס מיטהעלפן צו לייזן די פּראָבלעם פון פארנומענקײַט אין פראנקרײַך.
היסטאָריש האָט זיך געשאפן אזוי, אז די סאָוועטיש-פראנצויזישע באציונגען האָבן זיך טראדיציאָנעל אַנגעשפּארט אף דער קעגנזײַטיקער סימפּאטיע און אכטונג פון ביידע פעלקער איינס צום אנדערן. איז קאָנען מיר נאָך מער ניט פארשטיין די אקשאָנעסדיקע שטרעבונג, וועלכע עס װײַזן איצט ארויס אייניקע קרײַזן בא אײַך אין לאנד ארויסצורופן בא די פראן- צויזן אומפרײַנטלעכקײַט און אומצוטרוי צום סאַוועטנפארבאנד, צו שאפן א פאלש בילד פון אונדזער לאנד, פון זײַן פּאָליטיק. מיר זײַנען דאנקבאר די פראנצויזישע קאָמוניסטן, דער צײַטונג ,הומאניטע" פאר דעם, װאָס זיי טרעטן ארויס קעגן אנטיסאָװעטיזם, דערציילן דעם עמעס וועגן סאָוועטנפארבאנד, דעם עמעס ועגן סאָציִאליזם. מיר באטראכטן דאָס װי איינע פון די וויכטיקע פאָרמען פון דער סאָלידאריטעט פון דער פקפּ מיט אונדזער פארטיי.
די קאָמוניסטישע באוועגונג איז שטארק גרײַלעך מיט אזא סאָלידאריטעט -- מיט דער סאָלידאריטעט אף אן עמעס -- פון אלע פּארטייען, װאָס בילדן זי, גלײַכבארעכטיקטע, זעלב- שטענדיקע, װאָס ארבעטן אין פארשיידענע באדינגונגען, װאָס לייזן פארשיידענע אופגאבן, און זײַנען פארייניקט מיטן אלגעמיינעם קאמף פאר די אינטערעסן פון די ארבעטנדיקע מאסן, פאר שאָלעם און סאָציָאליזם.
צום שלוס װאָלט איך געװאָלט איבערגעבן א הארציקן גרוס און גוטע װונטשן די לייץ- ! נער פון דער , הומאניטע", די פראנצויזישע קאָמוניסטן, אלע ארבעטנדיקע פון פראנקרײַך.
428
/
אד = א - = == ָאי
יעט דיל = == 6
כאיִם מעלאמוד
ארום די פיר װערבעס 11
ער האָט א סאך זאכן ניט געקענט דערקלערן, בערל. דאָס איבערגעלעבטע אין טורמע האָט זיך אים געדוכט אזוי װײַט, אז ס'האָט זיך אים אליין ניט געגלייבט אין דעם. מאריוצא האָט זיך אים געמאָלט, װי א זיסער כאָלעם, און דעם טאטנס שטוב װי עפּעס א זײַטיקע זאך. און אלץ איניינעם האָט װי אראָפּגערוקט דאָס הארץ פון זײַן געוויינלעך אָרט, אין סאיז שטענדיק געווען אומהיימלעך און אומרויַק. עס האָט געהאלטן דערבײַ, ער זאָל טאקע אף אן עמעס ווערן פרום. ער האָט אָנגעהויבן קומען אין שול ארײַן צום ערשטן מיניען, גע- פּרוּװוט פאסטן צוויי מאָל אין װאָך, נאָר בא זײַן שווערער ארבעט האָבן די טאנייסים לאכלוטן ניט געטויגט. ער האָט זיך געקליבן נאָכאמאָל צוגיין צום ברודער, און דאָס מאָל שוין אומ- באדינגט זײַן באם רעבן, און אליין ניט געװוּסט, פארװאָס האָט ער זיך טאקע ניט געלאָזט אין װעג. אזוי האָט געדויערט ביז איינעם א גאנצפרי, ווען מע האָט דורכגעפירט דורך זייער דאָרף א קאָלאָנע ארעסטאנטן. זיי האָבן געשפּאנט, געשמידטע אין קייטן, ארומגערינגלטע פון אלע זײַטן מיט קאָנװאָיַרן, נאָר ס איז ניט געווען צו זען אף זייערע פּענעמער ניט קיין פארלױרנקײַט, ניט קיין דערשלאָגנקײַט. זיי האָבן געשפּאנט שטאָלץ, פארהויבן די קעפּ, איבער די דערפער.
בערל איז געשטאנען, קוים אײַנהאלטנדיק דעם אָטעם, און געזוכט מיט די אויגן עמעצן פון יענע... געזוכט מירטשען. מירטשע איז צװישן זיי ניט געװוען, נאָר בערלען האָט זיך גע-
סאָף. אָנהייב זע , סאָוועטיש היימלאנד" נומ. 1, 2, 1986.
1--6 16
דוכט, אז ער הערט מירטשעס טריט, אז בא אלעמען אף די פּענעמער איז אָנגעשריבן דאָס, װאָס מירטשע האָט אים אמאָל געזאָגט.
פארװאָס האָט אלץ, װאָס איז פארבונדן מיטן אונטערערד, אים זיך געמאָלט בלויז אין געשטאלט פון מירטשען, האָט ער ניט געװוּסט. ער האָט ביכלאל זיך ניט פארטראכט איבער דעם, נאָר די גאנצע צײַט איז אים געשטאנען פאר די אויגן דער אויסגעדארטער יונגער הוצול, פון וועמען ער האָט צום ערשטן מאָל אין לעבן געהערט זאכן, וועלכע ער האָט ביז איצט ניט אינגאנצן פארשטאנען, נאָר וועלכע הערן ניט אוף אים צו רעגן.
גאנצע טעג האָט ער ארומגעבלאַנדזעט, װוי ניט קיין היגער, און פרומע האָט געהאט א גרונט כוישעד זײַן, אז צו אים האָט זיך צוגעטשעפּעט א נײַ אָנפאלעניש. אלעמאָל האָט זי אים געשטעלט אן אנדער פראגע, נאָר קיין ענטפער ניט באקומען. ער האָט בלויז געקוקט אף איר. געקוקט און פאָרגעשטעלט זיך, וי זי און פײַװועלע שטייען לעבן פּלױט און באוויינען אים, צוקוקנדיק, װי מע פירט אים, א געשמידטן אין קייטן.
ער האָט טאקע געלעבט אין הוילע שרעק, אין הוילע ווארטענישן. עס מוז דאָך, עס מוז דאָך אמאָל קומען א רוף צי א גרוס פון מירטשען. ער האָט דאָך אליין געזאָגט: ,א בארג מיט א בארג גייט זיך ניט צונויף, אָבער א מענטש מיט א מענטשן.." און ווען אין איינעם אן אַװנט האָט עמעצער אָנגעקלאפּט אין פענצטער, איז עֹר ארויסגעלאַפן אין דרויסן א דערציטערטער, זײַענדיק זיכער...
א גרוס אײַך פון מירטשען, -- האָט עמעצער בא דער טיר ארױסגעשעפּטשעט.
-- װאָס דארף איך טאָן? -- האָט בערל אויסגעשריגן,
-- שטילער, שטילער, -- האָט דער אומבאקאנטער אים א נעם געטאָן פאר דער האנט, -- איר דארפט גאָרניט טאָן. נאָר אוב איר האָט עטלעכע ליי... איר ווייסט, װאָס הייסט ,מאָפּר",,רויטע הילף", סאיז פאר די, װאָס שמאכטן אין די טורמעס.
-- אט באלד, טאקע שוין. איך האָב הונדערט ליי, סזועט זײַן גוט?
-- גוט, גוט, -- האָט יענער געענטפערט.
ארױיסגעטראָגן און מיט ציטעריקע הענט איבערגעגעבן די הונדערט ליי, האָט ער װי געבעטן זיך;
-- און אוב עס װעט נייטיק זײַן. עפּעס וויכטיקערס. קומט צו גיין.
-- גוט, גוט, -- האָט יענער געענטפערט און גלײַך פארשוונדן געװאַרן.
בערל איז געבליבן אנטוישט, װאָס מירטשע האָט געפאָדערט פון אים אזא קלײניקײַט, װאָס סאיז ניט פארבונדן מיט קיין שום געפאר. אנטוישט און א ביסעלע דערפרייט. הייסט עס, אז מע קאַן זײַן באשעפטיקט מיט אָט דער גרויסער זאך און אלץ זאָל בלײַבן װוי געווען. די היים, די קוזניע... און פרומע, און פײַװועלע... צי דען איז אזוינס מעגלעך?
זינט יענעם אָװנט, ווען ער האָט אוועקגעגעבן די הונדערט ליי אף דער ,רויטער הילף", האָט ער דערפילט, אז אים איז צוגעקומען אזוינס, װאָס האָט אים ביז איצט געפעלט. אים האָט זיך געדוכט, אז דאָס הארץ האָט װידער זיך אײַנגעמאָסטעט אף דעם אָרט, װוּ עס דארף זײַן. אים האָט זיך אלץ געדוכט און געדוכט... ער האָט געפילט, װי דער סאָד האָט א'פגע- װעקט אין אים זײַן יונגע גװוּרע, טאקע גאָר עפּעס ייִנגלשס, ווען עס וויל זיך עפּעס אויס- זינגען, אָדער גאָר אױסשרײַען, וי קיווע קאָוואל פלעגט אמאָל אױסשרײַען:
-- עס װעט נאָך א רועך אין דער וועלטס טאטן ארײַן!
ער האָט זיך ארומגעטראָגן מיט זײַן סאָד, װי מיט א צירונג, אפילע שאבעס אין שול ניט פארגעסן אין אים. און דער שאבעס איז שוין געווען פאר אים גאָר אן אנדע-ער, די שול אויך, און דאָס דאוונען אוואדע. אלץ האָט געצאפּלט אין אים, זיך צעוואקסן, אין ער האָט אָנגעהויבן ארומקוקן זיך, צי באמערקט ניט א זײַטיקער אזוינס, װאָס ער טאר דערװײַל ניט באמערקן.
ער האָט אליין ניט געפילט, װי ער האלט דעם קאָפּ פאריסן ארוף, װוי אין זײַן גאנג, אין זײַן ארבעט, אין אֹלֶע זײַנע טועכצן איז צוגעקומען אן ערנסטקײַט פון א מענטשן, װאָס ווייסט אזוינס, װאָס אנדערע ווייסן ניט, פארשטייט אזוינס, װאָס אנדערע פארשטייען ניט.
דער ערעוו שאבעס איז פאר פרומען געווען פול מיט גאַטספאַרכטיקײַט. עפשער ניט װייניקער, וי דער שאבעס אליין. זי האָט געדארפט ניט נאָר אופראמען די שטוב, נאָר ארויס- ראמען פון איר די גאנצע װאָכעדיקײַט, װאָס האָט זיך אָנגעקליבן פאר די שווערע, פארהאַרע- וועטע טעג, און מאכן אזוי, אז דער שאבעס זאָל ארויסקוקן פון אלע ווינקעלעך. פרײַטיק האָט זי איבערגעוואשן אלץ, װאָס מע האָט געדארפט איבערוואשן, איבערגעווישט אלץ, װאָס
17
מע האָט געדארפט איבערווישן, אזוי, אז פונעם דיל ביז דער סטעליע זאָל קיין שטויבעלע ניט בלײַבן. דערנאָך האָט זי אָפּגעשמירט די ערד מיט געלער ליים און באשאָטן מיט רויטן זאמד, פאנאנדערגעהאנגען איבער די ווענט, אונטער די ניט-גרויסע פענצטערלעך צװײַגע- לעך פון אלץ, װאָס האָט געגרינט אין נאָענטן וועלדל. ערעוו שאבעס האָט אין פרומעס שטיבל געשמעקט מיט וואלד און מיט בערג. צו פארנאכט-צו האָט זי אָנגעטאַן די ברילן -- א יערושע פון דער מאמען, אַנגעריבן די לײַכטער און ארײַנגעשטעלט אין זיי צוויי פרישע ליכטלעך. אָט, אין דער מינוט, פארן ליכט-בענטשן האָט זי באמערקט, אז די הונדערט ליי, װאָס זײַנען אײינציקװײַז צונויפגעקליבן געװאָרן פאר זייער א לאנגער צײַט, האָבן ניט גע- סטײַעט. סהאָט זי שטארק א ברי געטאָן באם הארצן, א ברי געטאָן פון װייטיק און פאר- דראָס: סטײַטש, סטײַטש און סטײַטש!
דאָס געלט האָבן זיי לאנג צונויפגעלייגט א ליי צו א ליי, זיך געקליבן פאריכטן דעם שטרויענעם דאך, װאָס איז שוין געווען אינגאנצן שווארץ, ערטערװײַז פארוואקסן מיט מאָך, ערטערװײַז דורכגערונען. האָבן זי געטראכט: זיי װעלן קויפן פרישע קאָרענע שטרוי און אפסנײַי איבערדעקן די שטוב, אָדער גאָר איבערדעקן זי מיט שינדלעך, טאקע בעסער מיט שינדלעך, װי אלע באלעבאטישע הײַזער. מע האָט נאָר געדארפט צונויפקלײַבן נאָך א הונ- דערט ליי. איז אָט... אויס מיטן נײַעם דאך.
-- װוּהין האָסטו אהינגעטאָן דאָס געלט? -- האָט זי געפרעגט, װוען אפן הימל האָט זיך באוויזן דער ערשטער שטערן.
-- איך האָב דאָס אוועקגעגעבן פאר גוטע מענטשן, -- האָט ער שטיל ארויסגערעדט.
-- פאר וועלכע גוטע מענטשן?
-- פאר די, װאָס זיצן אין די טורמעס.
-- פאר גאנאָווים?
-- זיי זײַנען ניט קיין גאנאָװים. זיי זײַנען הייליקע מענטשן, זיי זײַנען מאקריוו זייער לעבן.
-- פאר װאָס זײַנען זי מאקריוו? פאר וועמען זײַנען זי מאקריוו?
-- פאר מיר מיט דיר, פרומע. פאר אלע ערלעכע מענטשן. פאר די, וועלכע האָרעװען ביזן זיבעטן שווייס.
-- װאָס זשע דארפן זיי פאר מיר זיך מאקריוו זײַן? זאָלן זיי האָרעװען אזוי, װי איך, און קלײַבן א ליי צו א לֵיי.
-- אין דעם גייט עס דאָך, פרומע, װאָס פונעם קלײַבן קומט גאָרנישט ניט ארויס. נאָך אלעמען איז די גאנצע האָרעוואניע אומזיסט און אומנישט.
-- װאָס רעדסטו? -- האָט פרומע זיך דערשראָקן פאר אזעלכע רייד. -- אוואדע, אויב אוועקגעבן דאָס געלט פאר די, װאָס זיצן אין די טורמעס...
-- איך בין דאָך אויך געזעסן.
-- װוּ זשע װועלן מיר נעמען געלט אף פאריכטן דעם דאך?
-- ציגײַנער לעבן אינגאנצן אָן א דאך. די ועלט, פרומע, די וועלט דארף מען פאריכטן.
בערל האָט געפילט, אז ער זאָגט ניט דאָס, װאָס מע דארף. נאָר, ערשטנס, האָט ער ניט געװוּסט, ויאזוי דערקלערן איר דאָס, װאָס אים אליין איז נאָך ניט געווען אינגאנצן קלאָר. צווייטנס, האָט ער פארשטאנען, אז מער טאָר ער דערװײַל ניט זאָגן. ער טאָר ניט, װײַל דאָס איז א גרויסער סאָד. האָט ער בלויז געקאַנט זאָגן:
-- זאָלסטו וויסן זײַן, פרומע, יענע מענטשן טוען א הייליקע זאך. און מיר זײַנען מע- כוּיעוו זיי העלפן מיט װאָס נאָר מיר קאָנען. און אוב מע װעט דארפן...
-- װאָס נאָך װעט מען דארפן? -- האָט פרומע געפרעגט מיט שרעק.
-- גאָרניט. מע װעט גאָרנישט ניט דארפן. נאָר איין זאך בעט איך דיך, זאָלסט עס האלטן װי א גרויסן סאָד. װאָס דו זאָלסט ניט זען און װאָס דו זאָלסט ניט הערן..
-- װאַס קאָן איך נאָך זען און װאָס קאָן איך נאָך הערן?
-- איך ווייס ניט. נאָר דו... פארבײַס די ליפּן און שװײַג. פארשטאנען?
אין א שטיקל צײַט ארום האָט אין קוזניע זיך א יאווע געטאָן עפּעס א באָכערל מיט א טשעמאָדאנטשיק אין די הענט. ער האָט א װײַלע זיך ארומגעקוקט, צי עס זײַנען ניטאָ קיין זײַטיקע, און שטיל א זאָג געטאָן:
-- מירטשע האָט געבעטן... אָט דאָס טשעמאָדאנטשיקל אויסבאהאלטן ערגעץ. וען מע װעט דארפן, װעל איך קומען נאָך דעם.
בערל האָט בלויז א פרעג געטאָן:
-- אונטער אָט דער קופּע קוילן מעג מען?
18
-- מע מעג.
אין א װאָך ארום האָט זיך א יאווע געטאָן שוין אן עלטערער מענטש, און װוידער דאָס זעלבע:
-- מירטשע האָט זייער געבעטן... אף א פּאָר טעג. נאָר אזוי, אז קיין זײַטיק אויג זאָל מיך ניט זען,
האָט מען שוין אָן פרומען זיך ניט געקאָנט באגיין. אלץ האָט געדארפט אָפּגעטאַן װערן מיט פרומעס הענט. האָט ער זי שטרענג געװאַרנט:
-- נאָר געדענק, פרומע, פארבײַס די ליפּן און שװײַג. האָסט קיינעם ניט געזען, קיינעם ניט געהאָדעװעט און קיינעם קיין געלעגער ניט אויסגעבעט.
האָט זי געגעבן דעם אומבאקאנטן עסן און טרינקען, נאָר ווען זי האָט אים אויסגעבעט אין אלקער, האָט ער געפרעגט:
-- און א בוידעם איז דאָ בא אײַך?
-- װוּ האָט איר געזען א שטוב אָן א בוידעם? -- האָט פרומע ניט פארשטאנען.
-- איז עפשער זאָלט איר מיר בעסער אויסבעטן אפן בוידעם? און מע דארף ניט קיין קישן. גענוג א ביסל היי.
דער אומבאקאנטער איז ארופגעקראָכן אפן בוידעם, ארופגעשלעפּט צו זיך דאָס לייטערל און שטיל אָפּגעדאנקט. דערנאָך איז פרומע א גאנצע נאכט אָפּגעזעסן לעבן בוידעם און זיך אײַנגעהערט אינעם אײַנגעשלאָפענעם דאָרף, אין די נאָענטע געסלעך, טאָמער, כאָלילע.. כאָטש װאָס דארף זי מוירע האָבן, האָט זי ניט פארשטאנען. נאָר אויב בערל זאָגט...
-- װאָס זשע איז דאָס פאר א מענטש? -- האָט זי געפרעגט, ווען זי האָט ארויסבא- גלייט דעם אומבאקאנטן.
-- כ'האָב דאָך דיר געזאָגט, הייליקע מענטשן.
-- האָב איך טאקע געהאט א מיצווע? .4 -- א גרויסע מיצווע, פרומע. נאָר שא. קיינער טאָר דערפון ניט וויסן. ס איז א גרוי- סער סאָד.
אָבער דער סאָד האָט מאמעש ארויסגעשפּארט פון אים. אים האָט זיך געװאָלט, אז נאָך עמעצער זאָל וויסן וועגן דעם, וויסן אזוי, אז ער זאָל ניט וויסן, אָנשטױסן זיך נאָר. ס האָט ;, זיך אים זייער געװאָלט, אז טאָדאָר זאָל וויסן, ער זאָל אָנהײבן פארשטיין, אָט דער טאָדאָר, צוליב װאָס לעבט א מענטש אף דער וועלט.
דער געדאנק, װאָס איז װי ניט אומיסטן ארופגעשוומען, האָט אים אליין פארכאפּט. טאקע -- צוליב װאָס לעבט א מענטש אף דער וװועלט? און איינמאָל, ווען ער מיט טאַָדאָרן האָבן זיך גוט אָנגעהאָרעװעט בא די שטיינער און צוגעזעצט זיך אָפּרוען, האָט בערל, אראָפּ- װישנדיק מיטן היטל דעם שווייס פונעם פּאַנעם, געפרעגט:
-- זאָג מיר, טאָדאָר, צוליב װאָס לעבט א מענטש אף דער וועלט?
איז טאַדאָר בייז געװאַרן;
-- װאָס ווארפסטו מיר אלעמאָל אונטער דײַנע אפּיקאָרסישע געדאנקען? איך האָב מײַנע אייגענע ניט װוהין אהינצוטאָן!
-- װאָס האָב איך דען אזוינס געזאָגט? איך וויל פּאָשעט וויסן.
-- װאָס דארפסטו וויסן? דו לעבסט? איז דאנק גאָט דערפאר און לעב דיר, וויפל דיר איז אָנגעצײיכנט.
-- אַבער צוליב װאָס?
-- צוליב װאָס, צוליב װאָס... צוליב װאָס שײַנט די זון? צוליב װאָס לײַכטן די שטערן? צִוֹלִיב װאָס גייט א רעגן? אויב אָנהײיבן טראכטן װעגן דעם אלעמען... אָט, אשטייגער, ארום און ארום אזא שײנקײַט, און דאָ -- א שטיינערנע גרוב, ער דארף דאָס האָבן? נאָר מיר קריכן גראָד אהער. פארװאָס? הא?
-- אָט דאָס װויל איך טאקע וויסן. מענטשן האָרעװען, מע לייגט צונויף א גראָשן צו א גראָשן, און וויפל מע האָט, איז װײיניק. איינעם פעלט א גראַשן אף א בייגעלע, אן אנדערן פעלן מיליאָנען. און די ועלט איז פול מיט גזיילע. פאר עטלעכע לֵיי איז מען גרייט איינער ווארגן דעם צווייטן.
-- דאָס קאָן איך ניט װויסן. איך מיין, אז גאָט האָט עפּעס ניט באטראכט, ווען ער האָט באשאפן דעם מענטשן.
-- נו, ניט אלע מענטשן זײַנען אזעלכע. פאראן אויך מענטשן, וועלכע זײַנען גרייט מאקריוו זײַן מיטן לעבן אף איבערמאכן די וועלט.
19
בערל האָט מיטאמאָל זיך געכאפּט, אז ער האלט שוין צו נאָענט בא זײַן סאָד, און אנשוויגן געװאָרן. נאָר טאָדאָר האָט אים אין גאָרנישט ניט כוישעד געווען.
-- נו, גי מאך איבער, -- האָט ער אים אָפּגעענטפערט. -- מאך איבער אָט די שטיי- נער אין א וואלד.
אָנשטאָט צו דערווידערן אים האָט בא בערלען זיך ארויסגעכאפּט:
-- און דו װאָלסט אוועקגעגעבן דאָס לעצטע געלט פאר די, װאָס ווילן טאקע איבער- מאכן די וועלט?
דאָ, צווישן די ווילדע שטיינער, האָט זיי קיינער ניט געקאַנט הערן. מענסט אפילע שרײַען אפן קאָל. דאָך האָט טאָדאָר אָנגעהױבן ארומקוקן זיך.
-- עט, -- האָט ער וי געקווענקלט זיך, -- מע דארף שוין ביכלאל זײַן אויס מענטש, אויב ניט געבן עפּעס אף דעם, וי רופט מען עס -- רויטע הילף..
-- איך מיין אויך אזוי, -- האָט בערל מאסקים געווען. -- זי טוען דאָך א הײליקע זאך.
-- מיילע, איך ווייס ניט, װאָס פון זייער הייליקער זאך װעט ארויסקומען. זאָל זי גאָט העלפן. און דו האָסט שוין אויך ארײַנגעלײגט אין דעם געשעפט דײַנע מיליאָנען?
-- מײַנע מיליאַנען.. -- האָט בערל געפּרוּװוט א שפּאס טאָן.
בערל, און נאָך מער זײַן פרומע, האָבן זיך שטארק איבערגעש-ראָקן, ווען אין איינעם אן אָװנט איז צו זיי געקומען צו לויפן טאָדאָרס מיידעלע, מאריטשקע, אין א פארסאָפּעטע ארויסגערעדט;
-- דער טאטע האָט זייער געבעטן, איר זאָלט שוין צוקומען צו אונדז.
אפגיך דורכגעשפּאנט דורך דער קלאדקע, איז בערל צוגעלאָפן צו טאָדאָרס שטיבל, און א ביסל גיכער, װי עס קומט אין א שפּעטן אַװנט, אן עפן געטאָן די טיר. געעפנט און ניט אימשטאנד געווען זי צומאכן. באם טיש איז געזעסן... מירטשע.
-- מירטשע!
בערל האָט אים יאָ דערקענט און ניט דערקענט. אף מירטשעס פּאָנעם האָט זיך אָפֿ- געשטעמפּלט אלץ, װאָס ער איז אויסגעשטאנען פאר פיליאָריקער נאווענאדנעקײַט -- א לעבן אָן א דאך איבערן קאָפּ, ווען אלע ווינטן און זאווייען, אלע רעגנס און שנייען זײַנען געווען זײַנע. גראָד די געוויטערס זײַנען געווען פאר אים די בעסטע צײַט. מע האָט ניט געדארפט אזוי היטן זיך אף יעדער שריט און טריט. איז דאָס פּאָנעם זײַנס װי פאדדעמבעוועט געװאָרן, פול מיט קארבן, װי אויסגעשניצטע מיט א געניטער האנט. נאָר די אויגן, װאָס האָבן בער- לען געװונדערט נאָך דאן, אין טורמע, -- ליכטיקע אזעלכע, שמייכלענדיקע, זײַנען געבליבן ניט גערירט.
איז בערל געבליבן שטיין בא דער טיר געפּלעפט. ער האָט געװאַלט עפּעס זאָגן און ניט געקאַנט. ביז ער האַט ענדלעך זיך א קלאפ געטאָן מיט ביידע הענט איבער די כאָליע- וועס פון די שטיוול און ארויסגערעדט:
-- עס קאָן ניט זײַן!
דאָס איינציקע, װאָס ער האָט געקאָנט איבערכאזערן, איז געװען:
-- עס קאַן ניט זײַן!
-- פארװאָס קאַן ניט זײַן? -- האָט מירטשע געפרעגט. -- אין לעבן קאָן אלץ זײַן.
ער איז ארויסגעקומען בערלען אנטקעגן, זי האָבן זיך ארומגענומען אין אזוי געבליבן שטיין, וי גערעדט אף שטומלאַשן.
-- און בא דיר א באָרד גאָר, -- האָט מירטשע א זאָג געטאָן, אן עמעסע ציגײַנערשע באָרד,
-- איך בין אליין קימאט א ציגײַנער,
-- איך ווייס, איך ווייס, -- האָט מירטשע צוגעשמייכלט מיט זײַן גוט, היימיש שמיי- כעלע, -- איך ווייס אלץ.
-- פונוואנען ווייסטו?
-- װאָס הייסט פונוואנען? איך זאָל ניט װיסן, װאָלטן מיר הײַנט זיך ניט באגעגנט.
זיי זײַנען געשטאנען, ניט אופגעהערט באקוקן איינער דעם אנדערן, און געפירט זיך אזוי, גלײַך קיינער איז דערבײַ ניטאָ. זי האָבן ניט באמערקט, וי טאַדאַר מיט פראָזינען קוקן זיך איבער דערפרייט און א ביסל דערשראַקן. בא בערלען זײַנען אופגעקומען אָן א שיר פראגעס. נאָר װיאזוי פרעגן, האָט ער ניט געװוּסט. איז ער געשטאנען, געגריבלט זיך מיט די פינגער אין זײַן געדיכטער געקרײַזלטער באָרד, װאָס האָט ארומגעזוימט דאָס פארסאר- פעטע פּאָנעם, געגריבלט זיך, וי געפּרוּווט ארויסקעמען עפּעס א שטרויעלע.
20
-- אָבער װוי קומסטו אהער? -- האָט ער ענדלעך געשטעלט די ערשטע פראגע.
-- אין דער שטוב בין איך געבוירן געװאָרן, -- האָט מירטשע געענטפערט, און דער- מיט אים נאָך מערער איבעראשט.
פראָזינע האָט געשטוינט עפשער מער פון אלעמען. זי האָט אויך געהאט אַן א שיר פראגעס, נאָר מוירע געהאט זיי שטעלן, האָט זי געמאכט א מינע, אז זי איז שטארק פאר- פּאָרעט מיט אירע שטוב-איניאָנים.
-- שוועסטערוניע, -- האָט מירטשע זיך אָנגערופן, -- עפשער וועסטו עפּעס דערלאנ- גען צום טיש? אזא גאסט! זאָג מיר נאָר, בערולא, האָסט ניט נאָכגעשלעפּט מיט זיך עפּעס א שאָטן?
ניט דערווארט זיך אף אן ענטפער, איז ער צוגעגאנגען צום טיש, אף וועלכן סאיז געשטאנען א קליין לעמפּעלע, קימאט א קאנעצל, און עס נאָך מער ארײַנגעדרייט.
-- װער דארף עס אזא בלענדנדיקע שײַן? -- האָט ער א שפּאס געטאָן.
-- עפשער פארהענגען דאָס פענצטער? -- האָט פראָזינע געפרעגט, קוים אײַנהאלטנ- דיק דעם ציטער.
-- דאָס איז אן איבעריקע זאך, -- האָט ער זי בארויקט,
דערנאָך זײַנען זיי אלע געזעסן באם טיש, אויסגעטרונקען צו קויסעלעך און פארביסן מיט שטארק געזאלצענער ברינזע. מירטשע האָט גערעדט, און זיי האָבן געהערט. שװײַגנדיק און אָנגעשטרענגט געהערט.
וועגן דעם, װאָס ער האָט דערציילט, האָבן זי געװוּסט און ניט געװווסט.
וועגן היטלערן האָבן זי געװוּסט. וועגן די היגע גרויסע פאשיסטן און קליינע פאשיס- טעלעך אויך. אָבער ביז איצט האָנן זיי ניט געזוכט קיין פארבינדונג צװוישן היטלערן מיט די היגע ראָצכים. זיי האָבן ביכלאל ניט געטראכט וועגן אזעלכע זאכן, װי וועגן גאנץ אײיראָפּע און וועגן דעם, אז זייער דאָרף ווערביווקע איז אויך א שטיקל אײראַפּע. און אוואדע איז זי ניט געקומען אפן געדאנק, אז ווערביווקע האָט אפילע א שײַכעס צום בירגערקריג אין שפּאניע און ווערביווקער כעוורע, אוקראינישע און ייִדישע, שלאָגן זיך אין באשטאנד פון די אינטערנאציאַנאלע בריגאדעס קעגן די שפּאנישע פאשיסטן.
בערל און טאָדאָר האָבן אָפט זיך איבערגעקוקט, װי צומעסטנדיק דאָס, װעגן װאָס זי שמועסן צװישן די פעלדזן, מיט דעם, װאָס מירטשע דערציילט. ס'האָט זיך א ביסל יאַ גע- קלעפּט און א ביסל ניט. בא מירטשען האָט זיך באקומען, גלײַך די גאנצע וועלט איז געלעגן בא אים אף דער דלאָניע, די גאנצע וועלט און אלע פעלקער, וועלכע שטייען איצט פאר א גרויסער געפאר. און די ייִדן אויך. די ייַדן עפשער אין דער ערשטער ריי. װײַל דאָס, װאָס היטלער האָט שוין פאָרגענומען בענעגייע די ייִדן און דאָס, װאָס ער קלײַבט זיך פאָרנעמען.. אוז דער איינציקער קויעך אין דער וועלט, -- האָט מירטשע פעסט געזאָגט, -- װאָס איז גרייט קעגנשטעלן זיך דעם היטלערישן פאשיזם און זײַנע רומענישע שוטפים, איז דער ראטנפאר- באנד...
בערל מיט טאָדאָרן האָבן אָנגעשטרענגט געהערט, און פראָזינע האָט ניט געװוּסט, װוּהין אהינטאָן זיך מיט איר שרעק. זי האָט געפילט, אז איר ברודער האָט ארײַנגעבראכט אין שטוב א געפאר, און ניט געװוּסט, ויאזוי זי אָפּוװענדן. זי האָט געקאַנט בלויז צודריקן צו זיך מאריטשקען, װאָס איז געזעסן לעבן איר, באקוקט דעם פעטער מיט שטוינונג און װײניק פארשטאנען פון דעם, װאָס ער רעדט.
פון אלע פראגעס, װאָס זײַנען געלעגן בערלען אפן צונג, האָט זיך אראָפּגעריסן די סאמע נארישע.
-- דאָס האָב איך דיך טאקע געזען בא פראָזינען אף דער כאסענע?
-- און דו מיינסט, אז אף דײַן כאסענע בין איך ניט געווען?
-- וויָאזוי?
-- דאָס פרעג שוין בא דײַנע ציגײַנער,
סהאָט געהייסן, אז מע שפּאסט. נאָר יעדערער האָט אויסגעפונען פאר זיך דאָס ערנסטע, װאָס ליגט אונטער אָט די לײַכטע שפּאסן. ערשט װען פראָזינע האָט אוועקגעפירט מא- ריטשקען שלאָפן, האָט בערל געפרעגט:
-- זאָג, װאָס דארפן מיר דאָ טאָן?
-- װאָס, אייגנטלעך, טאָן? -- האָט מירטשע װוידער וי געשפּאסט. -- גאַרנישט ניט.
איז בערל שוין בייז געװאַרן;
-- דו, מירטשע, דריי אונדז ניט דעם מויעך. צוליב גאָרנישט ניט קומט מען ניט אינ- מיטן דער נאכט,
21
-- װאָס זשע, איך טאָר ניט קומען א קוק טאָן אף מײַן טאטנס הויז און זיך זען מיט דער אייגענער שוועסטער?
-- עמעס. אָבער ניט צוליב דעם האָסטו מיך פארבעטן אהער. איך ווייס דאָך.
-- נו, אויב דו ווייסט, איז דאָך אוואדע גוט. אײַזן האָסטו א סאך?
-- װוּ האָסטו געזען, אז בא א קאָוואל זאָל ניט זײַן קיין אײַזנווארג?
-- און שטיקלעך געווער קאָן מען פון דעם מאכן?
-- װאָס פאר א געוװוער?
-- אפילע פּאַשעטע שטעקנס. אײַזערנע שטעקנס מיט פארשארפטע שפּיצן. נו, און העק... ריכטיקער, העקעלעך, גרינגע הוצולישע העקעלעך.
-- װאָס נעמסטו מיך אפן צימבל? -- האָט בערל זיך באליידיקט. -- פאר מיר איז דאָס א שפּילכל.
-- איז מאך יעדן טאָג כאָטש א פּאָר שטיקלעך אזעלכע און לייג זיי אוועק אף א זיכער אָרט. סזועט קומען א צײַט, און עפשער אינגיכן, וער ווייסט...
די גאנצע צײַט האָט פראָזינע געשוויגן. נאָר ווען מירטשע האָט עפּעס פארבײַגייענדיק דערמאָנט גאָט און זײַנע הייליקע מעשאָרסים, האָט פראָזינע שװײַגן ניט געקאָנט:
-- אָבער װאָס דארפט איר זיך קריגן מיט גאָט?
-- ווער קריגט זיך דען מיט אים, שװעסטערוניע? מיר קריגן זיך מיט די, װאָס פאר- טונקלען די מויכעס פונעם פּאָשעטן אוילעם אין זײַן נאָמען, מיט די, װאָס שטאָפּן אָן זייערע בײַטלען אויך אין זײַן נאָמען, מיט די...
האָט שוין טאָדאָר אויך זיך ארײַנגעמישט...
-- לאָמיר אים ניט טשעפּען. יעדער מענטש האָט זיך זײַן גאָט.
-- ריכטיק, -- איז מירטשע מאסקים געווען, -- לאָמיר אים ניט טשעפּען. נאָר איך האָב מוירע... אוי, װעט ער אונדז נאָך קאָסטן פיל בלוט, דער אייבערשטער...
האָט פראָזינע ווידער געזאָגט:
-- נאָך װאָס רעדסטו אזוי, ברודערקע?
מירטשע איז צוגעגאנגען צו איר, א פיר געטאָן מיט דער האנט איבער אירע ליכטיקע האָר, צוגעדריקט איר קאָפּ צו זײַן ברוסט און שטיל ארויסגערעדט:
-- אוי, שוועסטערוניע... ווען דו זאָלסט וויסן...
און מיטאמאָל אנשוויגן געװאָרן.
דאָס קאנעצל האָט קוים געאָטעמט, אלעמאָל א פּיכקע געטאָן, וי געפּרוּווט אויסלעשן זיך, און ווידער אָנגעהויבן ברענען. דאָס רויטלעכע פײַערל האָט שטארק אונטערגעשפּרונגען, און די דריבנע שאָטנדלעך האָבן נאָכגעשפּרונגען נאָך דעם איבער די װוענט. מירטשע האָט ארויסגענומען פון דער בוזעם-קעשענע זײַן זייגערל, א קוק געטאָן אף דעם און ראשיק זיך אופגעהויבן:
-- איך מוז גיין. מע ווארט שוין אף מיר.
-- װוּ ווארט מען? -- האָט פראָזינע געפרעגט מיט שרעק.
-- דאָרטן, װוּ מיר האָבן אָפּגערעדט.
-- וועסטו אפילע ניט איבערנעכטיקן?
אף דעם האָט מירטשע אָפּגעשויגן. ער האָט א נעם געטאָן אפן אקסל דאָס גרינגע מאנטעלע, דערנאָך דאָס גרינגע טשעמאָדאנטשיקל, דערנאָך דאָס נאָך גרינגערע שטעקעלע, א פּאָר מאָל א דריי געטאָן דאָס צװישן די פינגער און מיט אן אויסזען פון א וויכטיקער פּערזאָן ארויסגערעדט:
-- דערלויבט פאָרשטעלן זיך: אגענט פון טשערנאָוויצער סטראכיר-געזעלשאפט. מיר סטראכירן לעבעדיקן און טויטן אינווענטאר פון סרייפעס, גנייוועס, עפּידעמיעס און פיל אנדערע אומגליקן. אוואנס --- פופציק לֵיי!
ער האָט ארומגענומען פראָזינען און זיך הייס צעקושט מיט איר, צעקושט זיך מיט טאָדאָרן און זיך אָנגערופן:
-- באגלייטן מיך דארף מען ניט. דאָס קאנעצל מעגט איר שוין פארלעשן. און דו, בערקוט, װעסט זיך דורכגיין מיט מיר?
שוין אין דרויסן האָט מירטשע געזאָגט:
-- קיין איבעריקע זאכן פרעג בא מיר ניט, װאָס װייניקער דו װעסט וויסן, װעט פאר דיר זײַן גלײַכער. איין זאך נאָר: אויב צו דיר װעט ארײַנקומען סענדער, אירמע דעם קא- צעווס זון, איז מעגסטו אים אלץ פארטרויען. און װאָס ער װעט דיר אייצען..
-- און טאָדאָר? -- האָט בערל געפרעגט.
22
-- װאָס טאָדאָר?
-- איך מיין.. צי ער אויך? צי מעג מען..
-- טאָדאָר איז מײַן שװאָגער, -- האָט מירטשע געענטפערט, -- און װי איך ווייס, איז ער אן אָרנטלעכער מענטש. נאָר ער איז צו שטארק פארנומען מיט זיך. אָט, סארא קלוניע אױסגעמײַסטרעװעט! מעג ער וויסן װאָס װייניקער.
זי האָבן זיך געלאָזט גיין בארג-ארוף, װוּ סהאָט זיך געשווארצט דער וואלד, נאָר פּלוצלינג האָט מירטשע געזאָגט:
-- לאָמיר זיך אומקערן אף א װײַלע. איך מוז דורכגיין פארבײַ די פיר ווערבעס. ארום זי איז דורכגעלאַפן די גאנצע קינדהײַט מײַנע..
-- זאָג מיר, מירטשע... -- האָט בערל זיך אָנגערופן, -- דאָרטן, אין טורמע, האָט איר מיך געהאלטן פאר א זײַטיקן, קיינער האָט מיר גאָרניט דערציילט וועגן זיך, אָבער איצט מעגסטו מיר זאָגן, וי קומט דאָס אלץ צו דיר?
-- ס'האָט זיך אָנגעהױבן װי בא דיר, אויך פון א ליבע, נאָר... פּונקט פארקערט. דו מוזט עס טאקע וויסן?
-- זייער.
-- װעלן מיר פארקערעווען צום וואלד. איך יל דיר דערציילן וועגן מײַן גליקלעכער געפאנגענשאפט.
12
ס איז טאקע געווען א גליקלעכע געפאנגענשאפט. לוט דעם, װי מירטשע האָט דער- ציילט, האָט אים ביכלאל דאָס מאזל צוגעשפּילט. אף זײַן פרישן מונדיר פון אן עסטרײַכישן סאָלדאט איז נאָך קיין איין פלעק ניט געווען, די גרויע שינעל איז געלעגן אף אים גימנא- זיסטיש ענג, פארשפּיליעט אף אלע קנעפּלעך. אייגנטלעך, איז ער, וי דער גאנצער טייל זײַנער, אין קיין עמעסער שלאכט ניט געווען, און ארײַנגעפאלן צו די רוסן אין די הענט. ער האָט דאן ניט פארשטאנען, װאָס קומט עס פאָר אין די אופגערודערטע אוקראינישע דער- פער, איבער וועלכע מע האָט זיי געפירט. װאָס איז דאָס פאר א מיטינגען, װאָס פאר א רויטע פאָנען און װאָס שרײַט מען עס אזוי ,הורא" אף יעדער שריט און טריט.
דערנאָך האָבן זיי זיך דערװוסט: אין פּעטראָגראד האָט מען אראָפּגעװאָרפן דעם קיי- סער. האָט ער ווידער ניט פארשטאנען: װאָס זשע איז דאָס פאר א פרייד. וי קאַן עס ביכלאל זײַן א לאנד אָן א קייסער, וי װאָלט עסטרײַך געקאַנט לעבן אָן פראנץ-יאָסיפן? איז גוט, װאָס צווישן זיי איז געווען איינער אן עלטערער סאַלדאט, א סאַציאל-דעמאָקראט, וואלטער האָט מען אים גערופן, האָט ער זיי דערקלערט:
-- דאָס איז א רעװאַליוציע!
געווען איז וואלטער הויך און דאר, מיט א לענגלעך פּאַנעם, אײַנגעפאלענע באקן, ביכלאל א מענטש א היפּש אױסגעהאַרעװעטער און א שטארק צוגעקנייטשטער. נאָר פאר- מאָגט האָט ער אזוינס, װאָס האָט אויסגעפעלט א סאך ייַנגערע פון אים, -- א ניכטערן גע- דאנק אוז אן אייגענע אָפּשאצונג פון אלץ, װאָס אף דער וועלט טוט זיך.
האָבן זי געשפּאנט, מירטשע און וואלטער, איבער דער אופגעברויזטער אוקראינע, װאָס איז אזוי געווען ענלעך אף ווערביווקע, אף ביקאַװוינע ביכלאל, אזוי ענלעך און אזוי ניט ענ- לעך, און ביידע האָבן זיי זיך געפילט דאַ װי בא זיך אינדערהיים. ער, מירטשע, װײַל דאָס איז דאָך די זעלבע אוקראינע, און וואלטער דערפאר, װײַל דאָ צעוואקסט זיך די אויסגע- טרוימטע רעװאַליוציע. זיי זײַנען געװאָרן עמעסע פרײַנט. שטארק זיך גענייטיקט איינער אינעם אנדערן. וואלטער האָט געמוזט האָבן לעבן זיך מירטשען, װײַל ער האָט זיך זייער פײַן אױסגעטײַנעט מיט די אוקראינער, און מירטשע האָט געמוזט האָבן לעבן זיך וואלטערן, ער זאָל אים אױסטײַטשן דעם טאָך פון דער רעװאַליוציע.
מעגלעך, אז מע האָט די געפאנגענע עסטרײַכער געדארפט פירן װײַטער, עפשער טאקע אזש קיין סיביר, נאָר איבערן אײַזגאנג זײַנען זי באם דניעפּער געבליבן שטיין. האָט מען זיי צעברעקלט אף ניט קיין גרויסע גרופּעס און אײַנגעשטאט אף ארבעט אין די ארומיקע דערפער בא די היגע פּריצים. יאָ, קיין קייסער איז שוין אין רוסלאנד ניט געווען, נאָר די פּריצים יייַנען דערװײַל געבליבן ניט גערירט.
23
-- לאָמיר זיך האלטן איניינעם, -- האָט וואלטער וי געבעטן זיך בא מירטשען. -- אזוי װעט פאר אונדז ביידן זײַן בעסער.
-- אוואדע איניינעם, -- איז מירטשע מאסקים געווען.
האָבן זיי איניינעם געבאטראקעוועט בא א היגן פּאַרעץ און ניט דורכגעלאָזט קיין איין מיטינג. פאָרשטײיער פון פארשיידענע פּארטייען האָבן פּדאָקלאמירט זייערע פּראָגראמען און יעדערער פון זיי האָט געפּרװוט אײַנרעדן דעם אוילעם, אז בלויז זײַן פּראָגראם איז די ריכ- טיקע. מירטשע האָט פארטײַטשט וואלטערן, װאָס יעדער רעדנער האָט געזאָגט, און וואלטער האָט מירטשען אױסגעטײַטשט דעם טאָך פון זייערע רעדעס,
-- דו, מירטשע, -- האָט וואלטער אײַנגעקנעלט מיט מירטשען, -- הער זיך ניט צו צו דעם, װאָס די מענשעוויקעס פּלאפּלען. זיי זײַנען זייער ענלעך אף די דײַטשישע סאָציאל- דעמאַקראטן. ווען די דײַטשישע סאַציאל-דעמאָקראטן זאָלן ניט געווען שטימען פאר די קריגס-קרעדיטן, װאָלט עפשער קיין קריג ניט געווען. און װאָס זאָגן די רוסישע מענשע- וויקעס? א מילכאַמע ביזן זיגרײַכן סאָף! צום טײַװל אזא סאָף! אָט, די באָלשעװיקעס -- דאָס איז עפּעס אנדערש. דו הערסט? פאבריקן די ארבעטער, ערד די פּויערים, פרידן די פעלקער. אָט דאָס איז א פּראָגראם! בין איך פון הײַנט אָן א באָלשעװויק. און דו אויך. איך מיט דיר זײַנען באַלשעװיקעס. צוזאמען מיט לענינען.
דערנאָך איז געקומען א צײַט, ווען ס'איז שווער געווען עפּעס צו פארשטיין. אין פּעט- ראָגראד האָט אױיסגעבראָכן א נײַע רעװאָליוציע. די מאכט איז טאקע אריבער צו לענינען, צו די באַלשעװיקעס, און דאָ, אף אוקראינע, האָט זיך אָנגעהויבן אזא זאווערוכע, אז מע האָט קיינמאָל ניט געקאַנט וויסן, װאָס מאָרגן װעט זײַן. הײַנט הײַדאמאקעס, מאָרגן דע- ניקינצעס, איבערמאַרגן פּעטליורע, און פּלוצלינג, נא דיר גאָר -- די דײַטשן. איין זאך איז געבליבן אָן ענדערונגען: די פּריצים זײַנען געבליבן פּריצים.
-- צום טײַװל! -- האָט וואלטער ניט אופגעהערט צו היצן זיך, -- מיר זײַנען דאַך באָלשעװיקעס!
דאָס איז געווען געזאָגט ניט בלויז מירטשען, נאַר אויך אף פארשיידענע פארזאמלונגען, אף די דאָרפישע סכאָדקעס, אינעם קעלער פונעם פּריצישן הויף, װוּ עס זײַנען פאָרגעקומען די אונטערערדישע באגעגענישן פונעם באַלשעװיסטישן קעמערל,
זײַנען זי ביידע, מירטשע און וואלטער, געווען איניינעם און אלץ איז בא זיי געווען שוטפעסדיקס, ביז פאר מירטשעס אויגן האָט זיך א יאווע געטאָן גאלינקע. זי האָט א שײַן געטאָן פאר אים, וי די זון פון צװישן געדיכטע װאָלקנס און טייקעף אים פארבלענדט.
באטאָג איז אלץ געווען װי פריִער, נאָר צו נאכט-צו האָט מירטשע ניט געסטײַעט. באנאכט איז געווען דער דניעפּער, דער אויסגעשטערנטער הימל, א קליין שיפעלע און א פּאַר וועסלעס. מירטשע האָט גערודעװעט מיט די וועסלעס, און גאלינקע האָט געזונגען. און די לידלעך אירע... זי זײַנען געווען אווי ענלעך אף די בוקאָװוינער לידלעך. קימאט די זעלבע װערטער, דער ניגן קימאט אויך דער זעלבער. זיי האָבן מוירעדיק געקלעמט באם הארצן -- ס'האָט זיך זייער געװאָלט, או דער דניעפּער זאָל זיך ציִען אָן א סאָף און אָן א ברעג, זיי זאָלן אזוי שווימען אף זייער שיפל דאָס גאנצע לעבן.
וואלטער האָט אים שוין עטלעכע מאָל געפרעגט:
-- װוּהין װערסטו עס פארפאלן אף גאנצע נעכט?
-- ע, ווען דו זאָלסט וויסן.
-- װאָס זאָל איך וויסן?
-- גאלינקע, -- האָט מירטשע ארויסגערעדט, און זײַנע אויגן האָבן זיך צעגלאנצט מיט א פריילעכן גלאנץ.
-- וועלכע גאלינקע?
-- זי, מײַן גאלינקע!
-- האָסט זיך פארליבט? -- איז וואלטער געווען דערשטוינט.
-- נו, יאַ.
-- דאָס איז שעדלעך. און ביכלאל...
-- פארװאָס שעדלעך?
-- װײַל עס גייט א רעװאַליוציע אף דער װועלט. און סאיז איצט ניט די צײַט אין זינען האָבן אזעלכע זאכן. צווייטנס, װוי װעט זײַן, אז מיר װועלן זיך אומקערן אהיים? מע טאָר דאָך ניט אָפּנארן קיין מיידל,
-- איך װעל זי מיטנעמען מיט זיך,
-- וויארום!
24
-- מיר װעלן כאסענע האָבן.
-- זי איז מאסקים?
-- אפילע אין עק וועלט.
-- און די רעװאַליוציע?
-- די רעװאָליוציע װערט געמאכט צוליב דעם, אז ליבעס זאָלן ניט צעשטערט װערן!
-- װוּ האָסטו עס אויסגעלייענט?
-- איך האָב עס אין ערגעץ ניט געלייענט. איך בין אזוי אויך זיכער...
יאָ, ס'איז געווען א גליקלעכע געפאנגענשאפט. באזונדערס, ווען עֶר האָט געפילט, װי אים נעמען ארום גאלינקעס צארטע, קימאט נאָך קינדערשע הענט. נאָר די רעװאַליוציע..
ביכלאל האָט שוין געהאלטן ניט שלעכט. דער רעווקאָם האָט זיך פארפעסטיקט. דער היגער פּאַרעץ איז אנטלאָפן און אין זײַן הויף איז אופגעקומען א קאָמונע. אין איר זײַנען ארײַנגעטראָטן אלע פּריצישע באטראקעס, א טייל פון דער דאָרפישער אַרעמשאפט, און מירטשע מיט וואלטערן אויך. דאָס איז געווען ניט בלויז א לאנדווירטשאפטלעכע קאָמונע, נאָר אויך א באװאָפנטער באָלשעװיסטישער אָטריאד, װאָס האָט געקעמפט קעגן באנדעס.
בייס אן אַנפאל אף דער קאָמונע, איז וואלטער שווער פארווונדעט געװאָרן, ראטעווען אים האָט מען ניט געקאַנט. ער האָט איבערגעגעבן מירטשען א צעטעלע מיט זײַן אדרעס און אים אָנגעזאָגט:
-- אז דו װעסט זיך אומקערן אהיים, זאַלסטו איבערגעבן, אז איך בין אומגעקומען פאר דער אלוועלטלעכער רעװאָליוציע.
אין איינעם אן אַװנט האָט גאלינקעס טאטע פארבעטן מירטשען צו זיך אהיים און אים געזאָגט עטלעכע ווערטער, טאקע בלויז עטלעכע װערטער:
-- זײַ וויסן, מירטשע, קעגן דיר האָב איך גאָרניט. נאָר דו מוזט פונדאנען אוועק. מיט דער רעװאָליוציע װעלן מיר זיך אליין ספּראװוען. און דו גיי, גיי אוועק און מאך בא זיך אינדערהיים די רעװאַליוציע. |
-- אוז גאלינקע? -- האָט מירטשע אויסגעשריגן.
-- גאלינקע... פארשטייסט, פאראן זאכן, װאָס מע מוז, האָסט דאָך אליין געהערט, וי מע שטעכט אונדז די אויגן מיט די דײַטשישע באָלשעװיקעס.
-- איך בין אָבער ניט קיין דײַטש.
-- איך ווייס. דו ביסט אָבער... װאָס דארף איך דיר דערקלערן? װעסט הײַנט זיך אָפּגעזעגענען מיט גאלינקען.
איז געווען די לעצטע נאכט באם דניעפּער. דאָס ערשטע מאָל אין לעבן האָט מירטשע געוויינט, און גאלינקע האָט געוויינט.
-- אָבער פארװאָס? -- האָט מירטשע געפרעגט, -- פארװאָס מוזן מיר זיך שיידן?
גאלינקע האָט בלויז געקאָנט איבערכאזערן דאָס זעלבע:
-- פארװאָס?
ווען די טרערן זײַנען אויסגערונען, האָט מירטשע געזאָגט:
-- גאלינקע... מירן פארייניקן אונדזער בוקאָװוינע מיט אײַער אוקראינע... פאר דעם בין איך גרייט דאָס לעבן אוועקגעבן. דאן װעל איך קומען צו דיר. װעסט ווארטן?
-- דאָס גאנצע לעבן! -- האָט זי ארויסגערעדט װוי א שוווע.
איז ער אוועק, מירטשע, מאכן די רעװאַליוציע בא זיך אינדערהיים און אװעקגעטראָגן מיט זיך א טרוים, אז סװעט קומען א צײַט...
אוקראינע האָט גערוישט, אוקראיַנע האָט געבושעוועט, אוקראינע האָט געברענט פון אַן א שיר סרייפעס, אָפּגעגאנגען מיט בלוט אין פארביטערטע שלאכטן, דאָס גאנצע לײַב אירס איז געווען פארקוילט און צעפּאסעװעט. געווען ניט װײניק טעג, וװוען שװוערדן האָבן געגלאנצט איבער איר ערד שטארקער פון דער זון, און געווען אזעלכע פארכמארעטע טעג, ווען ס'האָט זיך געדוכט, אז די זון װעט זיך קיינמאָל ניט דורכשלאָגן דורך די שווארצע װאָלקנס. מירטשע האָט געשפּאנט פון דאָרף צו דאָרף און אלעמאָל געדארפט קלאָר מאכן פאר זיך, וער באלעבאטעוועט דאָ און ויאזוי אופירן זיך. ער האָט געשפּאנט צווישן רויטאר- מיייַשע אַטריאדן, פּעטליורישע באנדעס און פארשיידענע באװאָפנטע גרופּעס, וועלכע האָבן אליין ניט געװוּסט, װער זיי זײַנען. ערגעץ אין װועג איז ער צוגעשטאנען צו א גרויסן אָט- ריאד גאליציאנער, וועלכער האָט זיך באוועגט אף מײַרעװו. אים האָט זיך געדוכט, אז מיט דעם אַטריאד װעט ער זיך דערקלײַבן צו זײַן ברעג -- צום פּרוט. דאָרטן איז ער שין בא זיך אינדערהיים.
29
ווען ער איז ענדלעך אריבער דעם פּרוט, איז שוין זײַן חיים געווען גאר אן אנדערע. אים האָבן גלײַך געכאפּט רומענישע סאַלדאטן, פארשלעפּט אין א קליין פינצטער קעמערל, פלײַסיק אויסגעפרעגט, נאָך פּלײַסיקער געשלאָגן. קיין ווערביווקע האָט ער זיך דערקליבן פול אין װוּנדן. דאָך האָט ער אפן צווייטן טאָג צונויפגערופן א סכאַדקע און דערציילט ועגן דער רוסישער רעװאָליוציע. האָט מען אים ווידער געכאפּט און פארמישפּעט וי א רוסישן שפּיאָן. אזוי האָט ער געטראָפן אין יענער טורמע, װוּ בערל איז אויך געזעסן.
בערל האָט אויסגעהערט אלץ שװײַגנדיק, ער האָט געפּרוּווט צומעסטן זײַנע װאָגלע- נישן צו מירטשעס, נאָר ניט געקאַנט. בא מירטשען זײַנען דאָס געווען ניט קיין װאַגלענישן און ניט קיין בלאַנדזענישן, ער האָט געװוּסט, װוּהין ער גייט און װאָס ער וויל,
-- נו און װײַטער? -- האָט בערל געפרעגט.
-- װאָס װײַטער? אף פראָזינעס כאסענע האָסטו מיך געזען. אף דעם מיטינג אין טשא- גאָריווקע אויך. אין טשאגאָריווקע איז אלץ דורך בעשאָלעם, נאָר אין א יאָר ארום, אף דער ערשטמײַיקער דעמאַנסטראציע אין טשערנאָװויץ... אוי, איז דאָס געווען א דעמאַנסטראציע! רויטע פאָנען, טראנספּאראנטן, פריילעכע געזאנגען. די רומענישע זשאנדארמעריע האָט, פאר- שטייט זיך, ניט געדרעמלט. מע האָט מיך געכאפּט און אײַנגעזעצט. וועגן טיראָנען האָסטו געהערט? דעם קאָמיסאר פון טשערנאַװיצער סיגוראנצע. אז מע פּאקט זיך ארײַן צו אים אין די הענט, קאָן מען שוין קיין גאנצער ניט ארויס. בייסן געריכט בין איך געלעגן אין שפּיטאָל. אין טפיסע-שפּיטאָל. עפשער אדאנק דעם, איז מיר געלונגען צו אנטלויפן. אונדזערע האָבן אלץ אײַנגעאָרדנט. דער אונטערערדישער געגנטקאָם האָט באשטימט מיך אריבער- פּעקלען קיין מאָסקװע, לערנען זיך אין קאָמוניסטישן אוניווערסיטעט. אָט װען איך האָב זיך דערפילט גליקלעך. א שפּילכל, צוויי יאָר זיך לערנען אין מאָסקװע! און גאלינקע!.. איך װעל קאָנען זיך זען מיט גאלינקען.
דערנאָך איז אוועק אזוינס, װאָס זעט אים ביז איצט אויס װוי א שיין מײַסעלע. אומזע- בארע הענט האָבן אים ארײַנגעזעצט אין צוג און אוועקגעפירט קיין בוקארעשט. אנדערע הענט האָבן אים אונטערגעכאפּט און אוועקגעפירט אין איינער פון די בוקארעשטער אר- בעטער-פאָרשטעט, װוּ מע האָט צוגעגרייט פאר אים א געלעגער, געגעבן עסן און טרינקען, באזאָרגט מיט אלדאָס נייטיקן. ער האָט דערפילט די קראפט פונעם רעװאַליציאַנערן אונ- טערערד, דערזען גאָר אן אנדער רומעניע: ניט אירע סיגוראנצע-לײַט און פּאַליצײ-אגענטן, נאָר ארבעטער און פּױערים, פארייניקטע אין איין אינטערנאציאָנאלן קאמפס-אָטריאד,
אזוי איז ער איבערגעגאנגען פון האנט צו האנט. הארט בא דער גרענעץ פון טשע- כאָסלאָוואקיַע האָבן די, װאָס האָבן אים געדארפט אריבערפּעקלען, באזאָרגט מיט די נייטיקע דאַקומענטן און געהעריקן אַנצוג, און אין א פּאָר טעג ארום האָט אין פּראָג זיך א יאווע גע- טאָן אן עלעגאנט געקליידטער טשעכישער קאָמערסאנט, וועלכער פאָרט קיין האמבורג לויט זײַנע קאָמערציאַנעלע איניאָנים,
נאָר אין האמבורג... ער האָט געטראָפן אהין פּונקט אין יענע טעג, ווען היטלער האָט פארכאפּט די מאכט, איבער די גאסן האָבן געשפּאנט שטורמאָוויקעס. אין די אויגן האָבן געשווינדלט צוויי פארבן -- ברוינע העמדלעך און שוארצע האקנקרייצן. ברוינס און שווארצס, ברוינס און שווארצס. גאנץ דײַטשלאנד איז מיטאמאָל איבערגעפארבט געװאָרן אין אָט די צוויי פארבן. ער האָט ניט געקאַנט בײַקומען אין זיך דעם דריקנדיקן געפיל, אז ער זעט פאר זיך דעם אָנהייב פון אומגעהויער שרעקלעכס און שוידערלעכס, פון א גרויסן אומגליק פאר דער גאנצער וועלט.
דער שווייצאר פונעם ניט-גרויסן האָטעל, אין וועלכן ער האָט זיך אָפּגעשטעלט, האָט אים באדינט, װי עס קומט אן אויסלענדישן קאָמערסאנט, הייס באדאנקט פאר די עטלעכע גאנץ װאָגיקע מאטבייעס און געפרעגט:
-- וי געפעלן אײַך אונדזערע נײַס?
-- איך האָב דאָ מײַנע אייגענע איניאַנים, -- האָט מירטשע קאלט אָפּגעענטפערט.
-- ריכטיק, ריכטיק, -- איז דער שווייצאר מאסקים געווען. -- יעדערער האָט זיך זײַנע איניאָנים.
נאָר די הענט, װאָס האָבן אים געדארפט פירן װײַטער און ברענגען אף דער סאַוועטי- שער שיף, האָבן זיך ניט באוויזן.
ער האָט זיך דערקליבן צום האפן. צװישן די פיל שיפן פון פארשיידענע לענדער, ואס זײַנען דאָרט געשטאנען, האָט ער דערזען אויך די סאַװועטישע, אף וועלכער עס האָט גע- פלאטערט א רויטע פאָן. זײַן שיף! זי איז געווען אזוי נאָענט און אזוי אומדערגרייכבאר, איז
26
ער געשטאנען, קוים אײַנהאלטנדיק דעם פלאטער און געווארט. עס מוז דאָר עמעצער זיך א יאווע טאָן! ניט דערווארט זיך, האָט ער אן אנטוישטער זיך אומגעקערט אין האָטעל.
דעם צווייטן טאָג איז ער ווידער אוועק צום האפן. װידער זיך אײַנגעקוקט אין דער שיף מיט דער רויטער פאָן און געווארט. און ווידער זיך ניט דערווארט אף קיינעם.
אומקערן זיך אין האָטעל צו פרי איז ניט געוװען צוליב װאָס. האָט ער ארומגעשפּאנט איבער דער שטאָט, ארײַנגעקומען אין א פּאָר קינאָ-טעאטערס, קעדיי אָפּזיצן דאָרט עטלעכע שאָ, און ווידער ארומגעשפּאנט. נאָך דאן, ווען ער איז אװועק פונעם האפן, האָט ער בא- מערקט, אז עמעצער גייט אים נאָך. אָט קומט ער צו נעענטער, אָט שטייט ער אָפּ, נאָר ער לאָזט אים די גאנצע צײַט ניט ארויס פון אויג. מירטשע האָט געפּרוּװט אָפּטשעפּען זיך פון אים, פארקערעוועט אין עפּעס א הויף, נאָר ווען ער איז דערנאָך ארויס, איז יענער װוידער געווען ניט װײַט. ערשט צו פארנאכט-צו איז דער אומבאקאנטער צוגעקומען גאָר נאָענט צו אים און שטיל זיך אָנגערופן;
-- קוקט ניט אין מײַן זײַט, נאָר הערט, װאָס איך װעל אײַך זאָגן. מיר שטויסן זיר אָז ווער איר זײַט, נאָר...
-- װער איז דער איר"? -- האָט מירטשע געפרעגט אופגערעגט.
-- שטעלט מיר ניט קיין פראגעס. א סאך אונדזערע האָט מען ארעסטירט. און געוויס אויך די, װאָס האָבן אײַך געדארפט דערפירן צו דער שיף. גלײַכער, איר זאָלט שוין הײַנט זיך אומקערן צוריק. נאָר אויב איר ווילט נאָך ווארטן אף עפּעס, איז קומט ניט צו אזי נאָענט צום האפן.
ארומגעקוקט זיך, צי קיינער זעט זיי ניט, האָט דער אומבאקאנטער פארהויבן די פויסט און שטיל ארויסגעשעפּטשעט:
-- ראָט פראָנט!
ווארטן איז ניט געװוען אף װאָס. דאָך האָט מירטשע באשטימט אָפּפאָרן ערשט אפן אנדערן טאָג. ער האָט געמוזט כאָטש נאָך איין מאָל צוקומען צום האפן און א קוק טאָן אף דער סאָוועטישער שיף, מיט וועלכער ער האָט געדארפט קומען קיין מאָסקװע.
א גאנצע נאכט איז ער ניט געשלאָפן. באגינען איז ער אוועק צום האפן. גלײַך ס האָט אים עפּעס אונטערגעיאָגט. נאָך פונדערװײַטנס האָט ער דערזען, װי די סאָוועטישע שיף איז אַפּגעשװוּמען פונעם ברעג.
אין אָװנט האָט דער טשעכישער קאָמערסאנט זיך אומגעקערט קיין פּראָג.
-- אָט אזוי, בערולא, -- האָט מירטשע פארענדיקט זײַן דערציילונג, -- קיין רוסלאנד האָב איך געטראָפן אין די טעג פונעם סאמע גרעסטן יאָמטעװ פאר דער גאנצער ועלט, קיין דײַטשלאנד -- אין די טעג פונעם סאמע גרעסטן אומגליק.
-- און װײַטער װאָס? -- האָט בערל געפרעגט.
-- װײַטער... זעסט ניט, װאָס אף דער װעלט טוט זיך? ווען עס האָבן זיך אָנגעהויבן די געשעענישן אין שפּאניע, האָב איך געװאָלט אװועק אהין, נאָר מע האָט מיך ניט געלאָזט. דער קאמף קעגן פאשיזם, האָט מען מיר געזאָגט, גייט אומעטום, און איך מוז זײַן דאָ, צו- ציִען נײַע קויכעס. אָט האָב איך דיך צוגעצויגן.
-- בין איך שוין אויך... אן אונטערערדלער?
-- פארשטייט זיך.
-- װאָס זשע דארף איך טאָן?
-- דאָס, װאָס כ'האָב דיר געזאָגט, און דערװײַל ניט מער.
18
צו יענער צײַט, ווען מירטשע האָט זיך באוויזן אף איין נאכט און ניט געסטײַעט, האָט דאָ, אינעם גרינעם טאָל, לעבן שטילן טײַכל, ארום די פיר ווערבעס, זיך צעשפּילט א נײַע און זייער א שיינע ליבע. צוערשט זיך צעשפּילט אין טאָל, דערנאָך זיך פארקליבן העכער, איז די בערג, און דערגאנגען...
..מיר זײַנען געזעסן אף די בערווענעס, װאָס טאָדאָר האָט צוליב עפּעס געקראָגן מיט א פּאָר יאָר צוריק, און זיי זײַנען אזוי געבליבן ליגן לעבן דער פאָדערשטער וואנט פון טאָדאָרס
27
שטוב ניט אויסגענוצט. ס'איז געווען א גוט ערטעלע צו זיצן אמאָל אליין, אמאָל איניינעם מיט טאָדאָרן און באטראכטן די װועלט ארום.
נאָכדעם, וי טאָדאָר האָט מיר דערציילט װעגן מירטשעס אומדערווארטן באזוך, װעגן דעם, אז מירטשע איז פראָזינעס ברודער, וועגן זײַן באגעגעניש מיט בערלען און װועגן דעם, וי מירטשע האָט ארומגעבלאָנדזעט איבער די גאסן פון האמבורג אין יענע טעג, ווען היט- לער האָט פארכאפּט די מאכט, בין איך א גאנצע נאכט ניט געשלאָפן. איך האָב געטראכט װעגן דעם, ויָאזוי אין מעשעך פון עטלעכע טעג איז דײַטשלאנד געװאָרן גאָר אן אנדער דײַטשלאנד, א פאשיסטיש לאנד. איך האָב זיך פאָרגעשטעלט דעם גוירל פון יענע טעג, װאָס איז אינגיכן געװאָרן דער גוירל פון גאנץ אײראָפּעץ, פון דער גאנצער וועלט... יענע טעג, ווען סאיז אף מענטשלעך בלוט פארקנאָטן געװאָרן די קומענדיקע מילכאָמע, די געטאָט און קאָנצלאגערן, די גאז-קאמערן און קרעמאטאָריעס, די שוידערלעכע טויט-פאבריק, אין װעל- כער עס זײַנען אומגעבראכט געװאָרן מיליאָנען מענטשן.
ס'איז געווען װאָס צו באטראכטן און װאָס צו דערמאַנען. באגינען, ווען איך בין אוועק זיך דורכשפּאצירן ארום די פיר װוערבעס, האָט זיך מיר געדוכט, אז זיי זײַנען פול מיט דעם, װעגן װאָס טאָדאָר האָט מיר נעכטן דערציילט, און אז איך זע, ריכטיקער, איך פיל דעם האסטיקן אָטעם פון מירטשען און הער, וי בערל שטעלט אים אלעמאָל אן אנדער פראגע.
ביכלאל האָט דאָס אָרט ארום די פיר װוערבעס אָנגעהויבן פארפולט װערן פאר מיר מיט פיל שאָטנס פונעם שוין װײַטן אמאָל, און איך האָב אלעמאָל א ציטער געטאָן פון דעם, װאָס ס'האָט זיך מיר געדוכט, אז איך זע זיי, די אלע מענטשן, באשײַמפּערלעך און הער קלאָר זייערע שטימען.
מיט סידאָר יערמאָלײַעװיטשן איז מיר געװאָרן גאָר שװער. איך האָב אים אָנגעהויבן זען אין צוויי פארשיידענע געשטאלטן: דעם איצטיקן שטענדיק פארדײַגעטן קאָלװירט-פאָרזי- צער, וועמען אלע רופן טאקע סידאָר יערמאָלײַעװיטש, און דעם אמאָליקן װערביווקער יאט סענדער, דעם יונגן אונטערערדלער, וװעגן װועלכן איך וייס דערװײַל זייער װײיניק, נאָר װעל געוויס זיך דערוויסן פיל מער.
פארנאכט, זיצנדיק אף די בערװוענעס, האָב איך אלץ געטראכט וװעגן דעם. וועגן װאָס האָט געטראכט טאָדאָר, האָב איך ניט געװוּסט. איך האָב בלויז געקאָנט אָנשטױסן זיך, אז ער אליין איז אויך אונטער דער ווירקונג פון זײַנע דערמאָנונגען, אז זיי האָבן געמוזט בא אים ארויסרופן נײַע דערמאָנונגען, װעגן וועלכע ער װעט אוואדע װעלן דערציילן.
נאָר ער האָט לאנג געשוויגן. ס'האָט אויסגעזען, אז עפּעס קװעטשט אים, עפּעס קווענקלט ער זיך: ער האָט אפּאָנעם געשפּארט זיך מיט זיך אליין, געפּרוווט קלאָר מאכן פאר זיך, צי לוינט עס ביכלאל, װײַל בײיסמײַסע װעט ער מוזן דערציילן װעגן זיך און װועגן פראָ- זינען אזוינס, װאָס ער װאָלט ניט געװאָלט. אָבער ניט דערציילן האָט ער אויך ניט געקאַנט. און װי איך האָב דערנאָך זיך ניט איין מאָל איבערצײַגט, האָט ער זיך געהאלטן באם קלאל: אויב דערציילן, איז דעם גאנצן עמעס.
טאָדאָרס דערציילונג האָט צום אָנהייב געקלונגען װי א מײַסעלע, װאָס איז זיך פאר- לאָפן װער ווייסט װען. האָב איך ניט געקאַנט פארשטיין, פארװאָס איז דערבײַ זײַן שטים פול מיט אזויפיל טרויער און מיט אזויפיל פארדראָס.
זײַן דערציילונג האָט מיר דערמאָנט מיכײַלאַ קאָציובינסקיס ,די שאָטנס פון די פאר- געסענע אָװעס". געווען ערטערװײַז זייער פיל ענלעכס, כאָטש אינגאנצן גענומען װײַט ניט ענלעך. זי, דאָס מיידעלע, ס'הייסט טאָדאָרס טעכטערל, האָט מען טאקע גערופן, װי בא קאַציובינסקין, מאריטשקע, נאָר אים, ס הייסט בערלס זונדעלע, האָט מען גערופן ניט איוואן, נאָר פײַוול, פײַװעלע, אָדער, װי פראָזינע -- פּאװוליק. טאָדאָר האָט דערציילט װועגן דער ליבע צװישן מאריטשקען און פּײַוועלעז, און ס'איז געווען װוי זײַנע א וואריאציע פון קאַציו- בינסקיס דערציילונג, און די פארבן, די פארבן... גלײַך ער האָט זיי ארויסגעלייענט פון דאָרטן. בין איך געזעסן און געשטוינט, און מיך האָט צוערשט פארכאפּט ניט אזוי די מײַסע, וי דאָס, ויאזוי דער אלטער טאָדאָר האָט זי דערציילט.
איז װי בא קאַציובינסקין געווען דער אײיביקער גערויש פון די בארג-שטראָמען, דער אומעט פון די שווארצע װועלדער מיט זייער בלויען אָטעם, דער גרינער טאָל מיטן זײַדענעם שמעקנדיקן גראָז און דאָס שטילע טײַכל, אין װעלכן עס האָט זיך אָפּגעשפּיגלט דער גאנצער ארום, דער ריינער הימל, די שיטערע כמארעלעך, די שווארצע װועלדער און דאָס זײַדענע גראַז.
פראָזינע האָט די ערשטע ליב באקומען פּײַװועלען. זי האָט אים ליב באקומען דערפאר, װאָס דאָס איז פרומעס ייִנגעלע. זי האָבן ליב געהאט, פראָזינע און פרומע, איינע די אנדע-
28
רע און אריבערגעטראָגן זייער ליבע אף די קינדער. זי האָט אים ליב באקומען פאר זײַן קײַ- לעכיק ברוין פּענעמל, פארן קוטשעראווע קעפּעלע און פאר די שווארצע אויגן, װאָס זײַנען געווען גרעסער פונעם קאָפּ. דאָס איז געווען אירע, פראָזינעס א גוזמע, נאָר אויגן האָט ער פארמאָגט טאקע אומגעוויינלעך גרויסע,
ווען פײַװעלע איז אונטערגעוואקסן און שוין געקאָנט אליין יעדן גאנצפרי קומען צו לויפן נאָכן קריגל מילך, האָט פראָזינע, כוץ דעם קריגל, אים אָנגעגאָסן א קווערטל מילך און געצװונגען טייקעף אויסטרינקען. אין יענע פריע שאָען איז מאריטשקע נאָך געשלאַפן, נאָר אין א צײַט ארום האָט פראָזינע זי אָנגעהױבן װועקן, זי זאָל אויך, וי פּאװוליק, אויסטרינ- קען א קווערטל ווארעמע, נאָך פּינענדיקע מילך. פון אָט דעם שוטפעסדיקן טרינקען אין יענער פריִער, זײיער װײַטער קינדהײַט, װען זי האָבן אָפטמאָל באשפּריצט איינער דעם אנ- דערן מיט מילכיקע טראָפּנס, האָט זיך דאָס אָנגעהױבן,
דאָ שטעלט זיך טאָדאָר אָפּ. ער דארף ערשט צוקלײַבן דאָס פּאסיקע װאָרט. עס קאַן דאָך ניט אופקומען קיין ליבע בא קינדער פון זעקס צי זיבן יאָר.
דערנאָךר האָבן זיי ביידע אָנגעהױיבן זיך לערנען. און כאָטש ער איז געגאנגען אין א ייִדישן כיידער און זי -- אין א שול, װוּ מע האָט געמוטשעט די קינדער אף רומעניש, נאָר דאָס גיין איז געווען א שוטפעסדיקס. נאָכן לערנען האָבן זיי ביז שפּעט אין אַװונט פאר- בראכט אינעם/גרינעם טאָל, זיך געקאטשעט איבערן גראָז, זיך געבאָדן אין טײַכל. דאָס אלץ איז -געווען אזוי |נאטירלעך, אזוי שיין, װי דער טאָל אליין, װי דאָס שטילע טײַכעלע, װי די גענדז, װאָס האָבן זיך דאָ געפּאשעט, װי די שעפעלעך, װאָס מע האָט געטריבן דורכן טאָל ארוף צו די בערג. ס'האַט זיך געדוכט, אז ווען צוישן דעם אלעמען זאָל ניט זײַן פײַוועלע מיט מאריטשקען, װאָלט דאָ געפעלט עפּעס זייער וויכטיקס. פּײַװועלע מיט זײַנע שווארצע קוטשערן און מאריטשקע מיט אירע װײַסע צעפּעלעך האָבן ארײַנגעטראָגן אין דער ארומי- קער פילפארביקײַט די סאמע נייטיקסטע קאָלירן,
..מיר זײַנען געזעסן אף די בערװוענעס, און טאָדאָר האָט אלץ דערציילט און דער- ציילט. ס איז אפילע ניט געווען וי קיין דערציילונג. ער האָט פּאַשעט געטראכט אינדערהויך, אײַנקוקנדיק זיך אין יענער װײַטער, שוין פארשווונדענער צײַט. און ארום איז געווען פול מיט הײַנטצײַטיקײַט, אזוי ניט ענלער אף די צײַטן פון קאַציובינסקיס דערציילונג.
פון די בערג, װאָס באם סאמע הימל, האָט זיך דערטראָגן אהער א פארדומפּענער גע- קלאנג פון גלעקעלעך, און טאָדאָר האָט עס גלײַך אױסגעטײַטשט: עס לאָזט זיך אראָפּ פונעם בארג די קאָלווירטישע אָטארע. אינגיכן טאקע האָט זיך דערהערט דאָס האווקען פון א הונט, װאָס האָט אונטערגעיאָגט די שאָף. דערנאָך האָבן זיך באוויזן די שאָף אליין. זי האָבן געשפּאנט, פעסט צוגעטוליעט איינע צו דער אנדערער, געשפּאנט פּאמעלעך, געצופּט דאָס זאפטיקע גראָז און שטיל אונטערגעמעקעט.
-- מאָי, -- האָט פריילעך אויסגערופן דער טשאבאן צו טאָדאָרן, -- א גוטן-אָוונט.
-- עפּעס צו פרי האָסטו געמאכט נאכט, -- האָט טאָדאָר אים פאָרגעװאָרפן,
א שטארבן א טרונק, -- האָט דער טשאבאן אָנגעװויזן אף די שאָף,
און װי װעלנדיק פארענטפערן זייער פּאסטעך, האָבן די שאָף זיך א לאָז געטאָן צום טײַכל,
יענע ליבע האָט טאָדאָר פארגעדענקט מיט אלע אינצלהײַטן. סאיז טאקע געווען קי- מאט װי בא קאָציובינסקין. װאָס פּלוצלינג האָט עס זיי א צי געטאָן אין די בערג? זיי זײַנען שוין דאן אלט געווען צו פערצן, עפשער אפילע צו פופצן יאָר. פײַװעלע -- א הויכער יאט, א ברײטפּלײציקער, מיט א פּאָר געזונטע הענט, װאָס האָבן שוין געפּרוּװוט האלטן א שווערן האמער, מאריטשקע -- װי א יונג בערעזקעלע, גרינג װי א פעדער, האָבן זיי זיך א נעם געטאָן פאר די הענט און זיך געלאָזט לויפן בארג-ארוף מיט די שמאָלע, פארטונקלטע לי- קעלעך צװישן די שטיינערנע פּלױטן. גרינג אריבערגעשפּרונגען פון איין סטעזשקעלע אפן צווייטן און ניט באמערקט, װי ס'האָט זיי ארײַנגענומען אין געדיכטן איבערפלעכט פון וואלד, די פיס זײַנען שוין געווען היפּש צעדראפּעט, די פּענעמער אויך א ביסל, נאָר זיי זײַנען אלץ געלאָפן, פארסאָפּעטע באקוקט איינס דאָס אנדערע, געשמייכלט און װײַטער געלאַפן. די שווארצע בערג האָבן זי געצויגן צו זיך, זיי האָבן געמוזט דערקונדיקן זיך, צי זײַנען טאקע די בערג אזוי שווארץ, צי עס דוכט זיך בלויז. װאָס װײַטער איז ארום זיי געװאָרן טינקעלער, ס'האָט זיך אָנגערוקט א פײַכטער, אן עסעריקער ביינהאשמאָשעס. די סטעזשקעלעך זײַנען פארשוווּנדן געװאָרן, ארום און ארום -- בלויז א ווייכער געבעט פין איבערגעטריקנטע בלע- טער, אין וועלכן די פיס וװערן פארזונקען װי אין א טיפער בלאָטע. אלץ ארום האָט זיך
29
געהוידעט, אלץ האָט אויסגעזען אומבאקאנט, אין די אומגעוויינלעכע שאָרעכן און קלאנגען האָט זיך זיי געדוכט פיל שרעקלעכס, ווילדס. זייערע הערצער האָבן געקלאפּט האסטיק פון שרעק און נײַגער.
ארום און ארום בלויז הימל און וואלד. און א גרויליקע איינזאמקײַט, פון וועלכער עס האָט זיך געװאָלט װאָס ענגער צוטוליען זיך איינער צום אנדערן. פארמאטערטע, האָבן זיי זיך צוגעזעצט אונטער אן אלטן דעמב און צוערשט טאקע געפּרוּװוט צוטוליען זיך איינס צום אנדערן. נאָר מיטאמאָל, וי דערשראַקן זיך, האָבן זיי זיך אָפּנערוקט א ביסל, דערנאָך נאָך א ביסל, װי גלײַך דער מעהאלעך האָט זיי ביידן געדארפט באשיצן װער װייסט פון װאָס.
די זײנען לאנג געזעסן אזוי, ניט אויסגערעדט קיין װאָרט. צו אלע שרעקן, װאָס זי האָבן איבערגעלעבט בייס זייער לויפעניש, איז צוגעקומען נאָך איין שרעק, וועגן וועלכער זי האָבן אפילע מוירע געהאט צו טראכטן, נאָר פון װעלכער סאיז ביידן געווען זייער גוט. אזוי גוט און ווארעם אפן הארצן, אזוי צאפּלדיק און פלאטערנדיק, װי סאיז זיי נאָך קיינמאָל אין לעבן ניט געווען. האָט זיך זיי געװאָלט זיצן אזוי לאנג, לאנג, דאָס גאנצע לעבן, קוקן אפן מאָרעשכױרעדיקן הימל, אײַנהערן זיך אין די אומגעוויינלעכע קלאנגען... און שוין.-.
פון אלע קלאנגען, מיט וועלכע עס איז פול געװוען דער וואלד, האָט זיך אלץ קלאָרער אָנגעהויבן אויסטיילן א ברומעניש, האָט זיך זיי געדוכט, אז ערגעץ ניט װײַט האָט עמעצער אָנגעהױבן שאלן אף א טרעמביטע. געוויס װעלן טשאבאנעס באלד אָנצינדן דאָ ניט װײַט א שײַטער און נעמען גרייטן זייער װועטשערע. זיי איז געװאָרן א ביסל פריילעכער דערפון, װאָס ערגעץ ניט װײַט פּאשען זיך שאָף און עס טרומייטעט א טרעמביטע. נאָר פון צוישן דעם געדיכטן צװײַגן-געפלעכט האָט אף זיי פּלוצעם א קוק געטאָן עפּעס א כײַע מיט צוויי גרויסע וי פארוויינטע אויגן. דערנאָך האָט די כײַע פארהויבן דעם קאָפּ, א דריי געטאָן מיט אים אף רעכטס און אף לינקס, װי עפּעס געזוכט, עפּעס אויסגעשמעקט, און זיי האָבן דערזען פאר זיך אן עמעסדיקן, א לעבעדיקן, אן אָנגעפּעלצטן בער. ער איז געגאנגען גלײַך אף זיי, ס איז געבליבן מאכן בלויז נאָך עטלעכע שווערע שפּאן. מאריטשקע האָט א יויכץ געטאַן און זיך אויסגעצויגן אף דער ערד. פײַוול האָט אָנגעהױבן נישטערן ארום זיך, געזוכט עפּעס א דרוקל, א היליאקע, באשיצן מאריטשקען און זיך, נאָר דער בער... זיך אָפּגעשטעלט וי פארן לעצטן שפּרונג, האָט ער װידער א דריי געטאָן מיטן קאָפּ אף רעכטס און אף לינקס, און פארקערעװועט אין אן אנדער זײַט.
-- מאריטשקע, שטיי אוף! -- האָט פּײַװול אויסגעשריגן. -- ער איז אוועק, דער בער!..
נאָר מאריטשקע האָט זיך ניט גערירט פונעם אָרט.
פײַװול האָט זיך אָנגעבױיגן איבער איר און א ציטער געטאָן. ער האָט זיך דערשראָקן פאר איר אומגעוויינלעכער בלײיכקײַט, פארן דורכגעלאָפענעם געדאנק.
-- מע דארף ניט, מאריטשקע, -- האָט ער זיך צעיאָמערט. -- מע דארף ניט שטארבן!
ער האָט זי א נעם געטאָן אף די הענט און, א דערשטוינטער פון איר אומגעוויינלעכער גרינגקײַט, זיך געלאָזט לויפן אהיים.
װאָס טאָן אף ארויסראטעווען זי פון כאלאָשעס, האָט ער ניט געװוּסט. ער האָט בלויז אלעמאָל צוגעלייגט דעם אוער צו איר הארץ, קעדיי פעסטשטעלן צי זי אָטעמט און ניט אופגעהערט בעטן זיך:
-- מע דארף ניט שטארבן.
בלויז איינמאָל, ווען אים האָט זיך געדוכט, אז זי האָט אופגעהערט צו אָטעמען, האָט ער זי א הייב געטאָן א ביסעלע העכער און געגעבן א קוש אין פּאָנעם, מאריטשקע האָט פלוצעם געעפנט די אויגן, א קוק געטאָן אף אים און װידער זי צוגעמאכט.
אזוי איז ער געלאָפן און שוין מוירע געהאט צולייגן דעם אוער צו איר ברוסט.
ס'איז געווען די צײַט פון היישניט. פון פריִען באגינען האָבן זיך צעקלונגען קאָסעס. פריער אין יעדן הויף באזונדער, דערנאָך דאָרטן, װוּ אף די בערגלעך הינטערן דאָרף און עטװאָס װײַטער איז יעדער יאָר אָנגעװאקסן געדיכט און זאפטיק גראָז. געוואקסן און גע- ווארט אף שניטערס. פין פארצײַטנס האָבן די בערגלעך ניט געהאט אף זיך ניט קיין אקערס, ניט קיין זייעלקעס, ניט קיין שנײַדמאשינען, בלויז קאַסעס. און דער איצטיקער היישניט איז געווען אזא װוי מיט יאָרן צוריק, כאָטש אלץ ארום איז געווען קאָלװירטישס. האָט שוין גע- מוזט קומען צו א שטיקעלע פּשאָרע צװישן אלטן מיטן נײַעם. צוויי דריטל היי האָט מען געשניטן פארן קאָלװירט, א דריטל פאר זיך.
25 30
האָבן מאשינען געפירט דאָס קאָלװירטישע היי צו די פערמעס, און פורלעך האָבן אָפּגעפירט דאָס דריטל איבער די הויפן. איינס נאָכן אנדערן האָבן זיך באוויזן סטויגעלעך היי, הויכע און שטאלטנע, װי מויערלעך. און דאָס האָט אוואדע געהערט צו דעם נײַעם: קעדיי באשיצן די סטויגעלעך פון רעגנס און שנייען, איז אף זיי געווען ארופגעצויגן א מין פּאַלייעטילענאָװע העמדעלע.
פאר מיר איז דאָס אלץ געווען נײַ און אומגעוויינלעך. אלץ ארום האָט זיך שטארק אונ- טערשיידט פון די סטעפּישע ראכוועסן, װוּ איך בין געוואקסן. אלדאָס נײַץ האָט דאָ געהאט אף זיך שפּורן פונעם אלטן. די מענטשן אליין זײַנען אויך געווען, װוי זאָל איך זיך אויסדריקן, האלב אף האלב, האלב פון דער זײַט און האלב נאָך פון יענער זײַט, אײַנגעװיקלט צי עפ- שער אײַנגעטונקען אין יענער אומגעענדערטקײַט, מיט וועלכער עס זײַנען פול די קארפּאטן. מיר איז שווער געװוען געפינען עפּעס מער פּינקטלעכס אף באשטימען אָט די צעצװײיטקײַט. ניין, ניט צעצװײיטקײַט, נאָר דאָס צװייענדיקע, װאָס עס טראָגט מיט זיך און אין זיך דער היגער אוילעם, וועלכער דערמאָנט אָפט געשעענישן, װאָס זײַנען זיך פארלאָפן מיט דרײַ- סיק צי מיט פופציק יאָר צוריק, גלײַך דאָס איז געווען ערשט נעכטן.
איז דער היישניט אויך פון דעם מין. א האלב-נײַער און האלב-אלטער יאָמטעװ, א פאָרשפּיל צום גרויסן שניט פון די ווייצן, ווען אף די אומענדלעכע מאסיוון, װאָס ציִען זיך ביזן הימל, באװײַזן זיך בײַכיקע קאָמבײַנען און עס יאָגן איבער דער פרישער סטערניע לאסט-מאשינען, פולע מיט שמעקנדיקן ווייץ. עס װעלן אוועק פיל ראשיקע און אומרויקע טעג און נעכט, נאָר זיי, די, װאָס פאָכען הײַנט מיט די קאָסעס, װעלן דאן זײַן וי זײַטיקע. אלץ װעט אָפּגעטאָן ווערן אָן זיי, מיט א קליינער צאָל מעכאניזאטאָרן. ניט מער, זיי װעלן עפשער קאָנען בלויז שארן מיט די לאָפּעטעס דעם ווייץ אף די טויקן און טרייסטן זיך דערמיט, װאָס זי זײַנען מעקײַעם די מיצווע פון שניט.
איך האָב ניט געקאַנט פארשטיין, װאָס יאָגט עס אזוי ארום איבער די בערגלעך סידאָר יערמאָלײַעװיטש. װאָס גייט עס אים אזוי אָן און װאָס לאָזט אים ניט רוען. ער קאָן דאָך זײַן זיכער, אז יעדערער װעט זיך סטארען אָפּטאָן אלץ, װי עס דארף צו זײַן
-- קעדיי באנעמען דאָס אלץ, -- האָט ער מיר דערקלערט, -- דארף מען געבוירן װערן דאָ, צוישן די בערג. היישניט, דאָס איז אזא זאך... א יאָמטעװ? יאָ, טאקע א יאָמטעװ, און עפּעס מערער. דאָס איז די צײַט פון האָפענונג. ס'איז א גרויסער ערעוו. אזוי פאָרן מיר ארײַן אין די טעג, ווען עס וװוערט פארטיק דער ווייץ מיטן גערשטן. ניין, איר װעט דאָס ניט פאר- שטיין. איר האָט אמאָל געהאלטן א קאָסע אין די הענט? זיך אײַנגעהערט וי זי זינגט, געפילט אירע קלאנגען וי די אייגענע שטים?..
אזוינס האָב איך געהערט פון סידאָר יערמאַלײַעװיטשן צום ערשטן מאָל. ער איז געווען פול מיט יענער פּױערישקײַט, װאָס טראָגט אין זיך דעם ערעוו יאָמטעוו און דעם יאָמטעװו פון שניט, ווען עס טראכט זיך אנדערש און עס רעדט זיך אנדערש.
טאָדאָר האָט אויך געהאט זײַן כיילעק אף א נאָענטן בערגל הינטער זײַן שטוב, זײַנען מיר אין א פריען באגינען אלע ארויס אפן היישניט.
דעם טאָג איז בא אונדז אלעמען געבראָכן געװאָרן די אײַנגעשטעלטע אָרדענונג. טאָ- דאָר האָט נאָך דער באנאכטיקער וואכטע זיך ניט געלייגט שלאָפן. איך האָב באגינען זיך ניט געזעצט צו מײַן טיש, און פראָזינע איז אופגעשטאנען, װוען עס איז געווען נאָךר שטאָק- פינצטער. זי האָט אײַנגעהײצט דעם אויוון, װאָס װערט איצט זעלטן געהייצט, -- אין קיכל שטייט א גאז-אייוועלע -- און גענומען באקן קנישעס. גרויסע קנישעס אזעלכע, מיט קאר- טאַפל און מיט װײַנשל. מע האָט זיך געקאָנט אָנשטױסן, אז אין אלע הײַזער, פון וועלכע עס ציִען זיך אין דער נאכט גרויע רויכעלעך, באקט מען איצט אזעלכע קנישעס. טאָדאָר, א פארפּוצטער, װי אלע, אין װײַסן און אויסגענייטן, האָט מיר דערלאנגט איינע פון די צוויי קאָסעס, װאָס ער האָט נעכטן פארנאכט אָנגעשארפט, דערלאנגט מיט אזא שטילער פײַערלעכקײַט, װי מע גיט איבער עמעצן א פאָן, און געפרעגט דאָס זעלבע, װאָס סידאָר יערמאָלײַעװיטש:
-- איר האָט אמאָל געהאלטן א קאָסע אין דער האנט?
-- געהאלטן, -- האָב איך געענטפערט. -- נאָר שוין זייער לאנג.
האָבן מיר אלע פיר זיך אװעקגעלאָזט בארג-ארוף. איך און טאָדאָר מיט די קאָסעס אף די אקסלען, מײַן פרוי און פראָזינע מיט די הראבליעס.
ס'איז געווען א זעלטענער באגינען. אפּאָנעם דערפון זײַנען געקומען בא טאָדאָרן אזעל- כע דערהויבענע רייד:
31
-- אלעמאָל, ווען איך גי ארויס אפן היישניט און דערהער דעם קלאנג פון די קאָסעס, דאכט זיך מיר, אז איך הער די שטימען פון אונדזערע װײַטע אָװעס. פּונקט אזוי פלעגן זי ארויס אהער, אף די בערגלעך, מיט הונדערטער יאָרן צוריק, פּונקט אזוי האָט אויך מיסטאמע דאן געשמעקט. און ס'הייבט זיך אָן דאכטן, אז אף דער װעלט האָט זיך גאַרניט געענדערט. כאָטש... װיָאזוי נאָך געענדערט! איר פילט װי עס שמעקט?
פארשטייט זיך, איך האָב געפילט. מיך האָט שטענדיק פארשיקערט דער שארפער רייעך פון פריש אָנגעקאָסעט היי און אלעמאָל איז אופגעקומען א פארלאנג א װאָרף טאַן זיך אף דעם, אײַניורען זיך, איבערדעקן זיך מיט דעם פונעם קאָפּ ביז די פיס. סאיז בא מיר אופ- געקומען א לעבעדיק בילד פון אונדזער ערשטן היישניט אין סטעפּ. דער טאטע -- א הויכער און שטאלטנער ייִד, שטאלטנע ניט לוט זײַנע יאָרן, מיט א קורץ אונטערגעשוירן בערדל, האָט דער ערשטער א גי געטאָן מיט דער קאָסע איבערן היי, און מיר האָט א זעץ געטאָן אין דער נאָז דער פרישער רייעך. איך האָב גלײַך נאָכן טאטן א פאָכע געטאָן מיט דער קאָסע און זיך אײַנגעגראָבן מיט איר שפּיץ אין דער ערד.
-- כאפּ ניט אזוי, -- האָט דער טאטע מיך אויסגעמוסערט, -- און האלט די קאָסע גלײַכער. אָט אזוי -- פון רעכטס אף לינקס, פון רעכטס אף לינקס,
איך האָב אים געפאָלגט, און סאיז אװועק א גאנג. איך געדענק ביז הײַנט, װי איך בין געװאָרן גאָר גרויס בא זיך, צוקוקנדיק, װי דאָס היי לייגט זיך האכנאַעדיק אויס הינטער מיר אין גלײַכע פּאסיקלעך, גרינע און שמעקנדיקע.
מיר איז געװאָרן גוט דערפון, װאָס איך האָב דערזען פאר זיך אונדזער סטעפּ, דעם היי-מאסיוו, װאָס האָט מיר דאן זיך געדוכט אומענדלעך, דעם טאטן מיט דער קאָסע אין דער האנט. איך האָב אויך א פאָכע געטאָן מיט דער קאָסע און, פּונקט װוי דאן, זיך אײַנגע- גראָבן מיט איר שפּיץ אין דער ערד.
-- אײַלט זיך ניט אזוי, -- האָט טאָדאָר ארויסגערעדט גאנץ איידל, -- און האלט די קאָסע גלײַכער א ביסל, ניט פון אויבן אראָפּ, נאָר פון רעכטס אף לינקס.
איך האָב א קוק געטאָן אף טאָדאָרן מיט א שולדיקן שמייכל און... ניין, איך קאַן ניט זאָגן, אז אין דער מינוט האָט ער מיר זיך אויסגעדוכט ענלעך אף מײַן טאטן, איך מיט טאָדאָרן זײַנען קימאט פון איין עלטער. נאָר איך האָב קלאָר זיך פאָרגעשטעלט, װאָס זעט ער און אין װאָס דערמאַנט ער זיך אין די זעלבע מינוטן.
א ביסל שפּעטער, ווען די זון האָט אַנגעהױבן אונטערטשמעליען, און מיד אלע, פאר- שוויצטע און צופרידענע, װאָס די ארבעט גייט בא אונדז פּלײַסיק, האָבן געמאכט א קורצן איבערײַס, ווען פראָזינע האָט זיך אראָפּגעלאָזט אין הויף נאָך די קנישעס און נאָך די פּאַר קריגלעך מילך, האָט טאָדאָר א זאָג געטאַן דאָס, װאָס ער האָט ניט געװאָלט זאָגן אין פראָזינעס אָנװעזנהײַט:
-- אָט דאָ-אָ, טאקע אף אָט דעם בערגל איז ער אָנגעלאָפן, פײַוול, מיט מאריטשקען אף די הענט,
א זאָג געטאָן אזוי, גלײַך דאָס פאָריקע האָט ער אָט ערשט דערצילט און קין שום איבערײַס איז אין זײַן דערציילונג ניט געווען.
..אזוי איז ער געלאָפן, טראָגנדיק מאריטשקען אף די הענט ביז צו טאָדאָרס הויף, דערזען פונדערװײַטנס פראָזינען, האָט ער אָנגעהויבן שרײַען:
-- שרעקט זיך ניט, זי לעבט, מאריטשקע, זי אָטעמט!
פראָזינע איז א דערשראָקענע ארױיסגעלאָפן אנטקעגן, ארויסגעכאפּט פון זײַנע הענט מאריטשקען און, קוים בײַגעקומען די ווארגעניש אין האלדז, ארויסגעקוויטשעט:
-- װאָס איז געשען? װוּ זײַט איר געווען?
-- אין וואלד... א בער... -- האָט פּײַװל ארויסגעשטאמלט, װײַזנדיק מיט דער האנט צו די בערג.
-- וויי איז מיר! װאָס פאר א בער?
-- ס'איז פון שרעק... זי לעבט, זי לעבט!
ארײַנגעלאָפן מיט מאריטשקען אף די הענט אין שטוב ארײַן, האָט פראָזינע אַנגע- הויבן זוכן אין שאפקעלע עפּעס א שמירעכץ, א באשפּריצעכץ, ציטערנדיק און פלאטערנדיק געריבן מאריטשקעס הענט, איר פּאָנעם, געפּרוּװוט איר ארײַנגיסן עפּעס אין מויל ארײַן, און פײַװל האָט אלץ ארומגעטאנצט ארום איר און ארום מאריטשקען, אף שטומלאָשן עפּעס גע- טײַנעט מיט די הענט פון מאָל צו מאָל ארױיסגעכליפּעט:
-- מומע פראָזינע, מומע פראָזינע!
2--06 32
און אזוי, ביז מאריטשקע האָט װידער געעפנט די אויגן. ערשט דאן האָט פּראָזינע א קוק געטאָן אף פײַוולען, גלײַך זי זעט אים צום ערשטן מאָל און קאָן ניט פארשטיין, װאָס טוט ער דאָ און פונוואנען האָט ער זיך גענומען. זי האָט א קוק געטאָן אף פײַוולען מיט אירע אָנגעטרערטע אויגן. א קוק געטאָן אזוי, אז עס האָט זיך געקאַנט דוכטן, באלד װעלן אירע אויגן א שפּריץ טאָן מיט פײַער. אזא בייזע, אזא פּײַנטלעך-פרעמדע האָט טאָדאָר זי נאַך קיינמאָל ניט געזען.
-- פארנעם זיך פונדאנען! -- איז זי אָנגעפאלן אף פײַוולען. -- און דײַן פוס זאָל דאַ מער ניט זײַן!
פײַוול איז געבליבן שטיין וי געפּלעפט. אלץ אין אים האָט געציטערט פון שרעק, נאָך מער װי פארן בער.
-- גיי, גײי, איך זאָל דײַן פּאָנעם ניט אָנקוקן.
פיווֹל האָט גאָרנישט ניט פארשטאנען. די מומע פראָזינע זאָל אזוינס זאָגן!
-- אָבער... זי לעבט דאָך, מאריטשקע!
טאָדאָר איז צוגעקומען צו אים, א נעם געטאָן פאר אן אקסל און שטיל געזאָגט:
-- נו, גי שוין. זעסט דאָך. זאָל די מומע זיך בארויקן.
פראָזינע האָט זיך דערשראָקן ניט אזוי פאר מאריטשקעס כאלאַשעס, װי פאר דעם, װאָס פײַוול האָט זי געטראָגן אף די הענט. בא איר איז אויך געווען אזוי. פון דעם האָט זיך עס אָנגעהױבן בא איר מיט טאָדאָרן. און זי װיל עס ניט, זי װעט דאָס קיינמאָל ניט דערלאָזן. זי האָט גאָרנישט קעגן פײַוולען, נאָר ער איז דאָך פון אן אנדער גלויבן!
ווען מאריטשקע איז געקומען צו-זיך, האָט פראָזינע זי אָנגעהױבן אויספרעגן:
-- װאָס האָט אײַך פּלוצלינג א צי געטאַן אין וואלד ארײַן?
-- איך ווייס אליין ניט.
-- װאָס האָט איר דאָרטן געטאָן?
-- גאָרניט.
-- איר האָט זיך ארומגענומען?
-- ניין, מאמע, פארקערט.
-- װאָס הייסט פארקערט?
-- מיר האָבן זיך שטארק אָפּגערוקט איינער פונעם אנדערן.
-- פארװאָס אָפּגערוקט?
-- איך ווייס ניט. נאָר איך האָב מוירע געהאט.
-- און ער, פּײַוול?
-- ער האָט אויך מוירע געהאט.
-- װאַס זשע איז בא אײַך פאָרט געווען, מאריטשקע! -- האָט פראָזינע א פארצווייפלטע אויסגעשריגן.
-- גאָרניט, מאמע, גאָרניט. נאָר ס'איז אונדז געווען גוט.
סאיז געווען א שמועס, װאָס נאָר זיי ביידע האָבן פארשטאנען.
טאָדאָר האָט געפּרוּווט בארויקן פראַזינען:
-- װאָס װילסטו פון איר? הערסט דאָך, סאיז איר געווען גוט.
-- אז אָך און וויי צו אזא גוטסקײַט, -- האָט פראָזינע אים װי אויסגעזידלט.
ארויס פון טאָדאָרס הויף, האָט פײַװל װידער זיך געלאָזט לויפן. אים האָט געשטיקט אֹ פארדראָס אף פראָזינען, ער האָט ניט געקאָנט פארשטיין, פארװאָס האָט זי אים פארטריבן. מאריטשקע לעבט דאָך. אזוי איז ער פארלאָפן אהיים. זײַן אויסזען האָט שטארק אָנגעשראָקן פרומען.
-- װאָס איז מיט דיר? װוּ ביסטו געווען? -- האָט זי געפרעגט, ציטערנדיק.
פײַווֹל האָט איר דערציילט אלץ פונעם אָנהײיב ביזן סאָף. ער האָט בלויז דורכגעלאָזט דעם קוש. נאָר פרומען האָט שטארק איבערגעשראָקן די מײַסע מיטן בער. זי האָט פעסט צוגעדריקט צו זיך דעם זון און שטרענג ארויסגערעדט:
-- איך באשווער דיך, פײַוועלע, זאָלסט ניט וואגן גיין אין וואלד ארײַן.
בערל האָט גראָד עפּעס כוישעד געווען, נאָר ס'האָט אים װײניק איבערגעשראָקן. ער האָט א טראכט געטאָן: אזא געזונטער באָכער, װאָס קאָן שוין פארפירן מיידלעך אין וואלד ארײַן און ארױיסטראָגן זי אף די הענט, דארף שטיין אין קוזניע און קלאפּן מיטן האמער.
האָט פײַװל אָנגעהויבן אופשטיין פארטאָג און איניינעם מיטן טאטן גיין אין קוזניע. דאָס איז אים גראָד געווען צום הארצן. אָבער דער קוש, װאָס ער האָט געגעבן מאריטשקען,
33
ווען ער האָט זי געטראָגן א פארכאלעשטע, איז אים די גאנצע צײַט געשטאנען פאר די אויגן. יעדן פארנאכט האָט זיך אים געװאָלט אוועקלויפן צו מאריטשקען און א קוק טאָן אף איר כאָטש פונדערװײַטנס. נאָר פראָזינע האָט דאָך אים פארווערט. און ער אליין... ער האָט זיך א ביסל געשעמט פאר מאריטשקען. ער איז ניט געווען זיכער, אז זי ווייסט ניט וועגן דעם קוש. און אוב זי ווייסט... ער האָט אליין ניט געװוּסט, װאָס איז בעסער.
זאָל זײַן, אז דערפאר האָט ער זיך גענומען פארן פידל?
צום פידל האָט שוין א לענגערע צײַט קיינער זיך ניט צוגערירט. באלד נאַך דער כא- סענע האָט בערל נאָך געפּרוװוט זי נעמען אין די הענט, נאָר דערנאָך קימאט אינגאנצן פאר- געסן אין איר. ס'האָט זיך עפּעס ניט געשפּילט. צופיל אומרוייקע געדאנקען האָבן די גאנצע צײַט געיוירט אין אים, געהריזעט, װי עמעצער װאָלט געפירט איבערן הארצן מיט א ראש- פּיל, און די פידל האָט גאָרניט געקאָנט אָפּטאָן אף לינדערן זײַן געמיט. פארקערט, האָט ער נאָר גענומען די פידל אין די הענט, זײַנען אופגעקומען אזעלכע דערמאַנונגען, וועלכע ער האָט מיט אלע קויכעס געסטארעט זיך פארגעסן: די קילע פארנאכטן מיט דינען, די אויסגעשטערנטע נעכט מיט מאריוצען, אלץ, װאָס טליִעט אין אים די גאנצע צײַט און וויל ניט פארלאָשן װוערן. האָט ער ניט געשפּילט, נאָר ער האָט זייער געװאָלט, אז זײַן פײַוועלע זאָל זיך אויסלערנען שפּילן. נאָר פײַוועלע... עפּעס האָט ער יאָ געפירט מיטן סמיטשעק, ארומגעטאנצט מיט די פינגער איבער די סטרונעס, נאָר ס'האָט זיך ניט באקומען. בערל האָט אים דאפקע געפּרוּװוט לערנען, נאָר פײַװעלע האָט אים װײיניק פארשטאנען, ער האָט ניט פארשטאנען, װאָס האָט דער טאטע געמיינט, ווען ער האָט געזאָגט:
-- א פידל איז א טייל פונעם מענטשנס הארץ. דארף מען זי קאָנען דערפילן, דאן װעט זי דיך אויך דערפילן, און די פינגער װעלן אָנהײיבן פילן..
נאָר פײַוועלעס פינגער האָבן גאָרניט געפילט, און ווען אמאָל האָט זיך אפילע באקומען א שטיקל ניגנדל, איז דאָס געווען ניט דאָס, װאָס בערל האָט געמיינט.
-- סאיז אָן הארץ, -- האָט ער געזאָגט זײַן זונדעלע, -- סאיז אלציינס, װי מע זאָל קלאפּן מיטן האמער אף א קאלט שטיק אײַזן. אָנגליִען דארף מען עס, אָנגליִען!
און אין איינעם א פארנאכט... פּלוצלינג, אומגעריכט, וי פון זיך אליין, אָדער גאָר װי דורך א קישעף, האָבן די פּינגער אָנגעהויבן פילן, דאָס אײַזן איז אָנגעגליט געװאָרן, און דאָס הארץ... דאָס הארץ האָט דערפילט די פידל. און עס האָט זיך צעשפּילט, דאָס הארץ. איין ניגן נאָכן אנדערן האָט פײַוועלע אױסגעשפּילט. אלץ, װאָס ער האָט זיך אַנגעהערט, זינט ער לעבט אף דער װעלט, אָנגעהערט פונעם טאטן, פון די קלעזמער, װאָס האָבן גע- שפּילט אף ייִדישע און ניט-ייִדישע כאסענעס, פונעם ציגײַנערשן געסל. דאָס פידעלע האָט זיך פארכלינעט פון פרייד, זיך פארגאנגען פון װייטיק און געצאפּלט, געפלאטערט, װי א לעבעדיק הארץ,
דער טאטע האָט אָנגעקװאָלן. אָט דאָס הייסט געשפּילט. אָט דאָס הייסט פילן די פידל, די מאמע האָט געוויינט. זי האָט אָנגעהױבן אנדערש פארשטיין די מײַסע מיטן בער. דערצו האָט פראָזינע, טאקע אפן צווייטן טאָג נאָך יענער געשיכטע, איר געזאָגט:
-- איך בעט מיר מויכל זײַן, -- נאָר מער קאָן איך אײַך קיין מילך ניט געבן, די קו האָט פּלוצלינג אופגעהערט מעלקן זיך.
-- אינמיטן זומער?
-- אָט דאָס זאָג איך דאָך. טאקע נאָר װי עמעצער װאָלט זי פארקישעפט.
פראָזינע האָט געטאָן אלץ, קעדיי אנטשיידן איבערײַסן די באציונגען צװישן ביידע פאמיליעס. זי װאָלט אויך בערלען ניט ארופגעלאָזט צו זיך אפן הויף, נאָר דאָ האָט זי גאָר- ניט געקאָנט אופּטאָן. בערל מיט טאָדאָרן האַבן איניינעם אויסגעהאקט שטיינער, איניינעם אויסגעקריצט ייִדישע אויסיעס אף זיי.
מאריטשקע האָט א שטיקל צײַט צוגעקרענקט, זיך געפונען צװישן כאָלעם און װאָר. װאָס מיט זיי איז געשען אין וואלד אינדערעמעסן און װאָס האָט זיך איר בלויז געכאַלעמט צי אויסגעוויזן, האָט זי ניט געװוּסט. צי איז טאקע געווען א קוש, צי ניין? א קליין פּינטעלע אף דער באק האָט ניט אופגעהערט פלאמען, און זי האָט דאָס אלעמאָל א רײַב געטאָן מיט דער האנט. איז פאר ביידן, פאר פּײַװעלען מיט מאריטשקען, געבליבן א זאך, װאָס האָט זיי געהאלטן וי צונויפגעבונדן מיט א דין פעדעמל -- דער ריינער, אומשולדיקער קוש.
יעדן פארנאכט האָט פּײַװול גענומען די פידל אין דער האנט, זיך אוועקגעזעצט לעם דער וואנט פון שטוב און אײַנגעקוקט זיך אין מאריטשקעס שטיבעלע, װאָס האָט זיך געזען דורכן שיטערן וועלדל: עפשער װעט זי זיך א װײַז טאָן. מאריטשקע איז געזעסן בא זיך אין הויף אונטערן שטרענגן אופזיכט פון פראָזינען און זיך אײַנגעהערט, וי פײַװול שפּילט.
34
זי האָט אלץ פארשטאנען, מאריטשקע. זי האָט זיך אָנגעשטױסן, פארװאָס האָט פּלוצלינג פײַוול זיך גענומען פארן פידל, פאר וועמען שפּילט ער עס און װאָס וויל ער זאָגן מיט דעם. דאָס שוואכע, קינדערשע הערצעלע האָט געצאפּלט פון פרייד און פון ווייטיק. ווען די מאמע האָט איר דערלויבט ארויסגיין פונעם הויף, האָט זי יעדן פארנאכט שפּאצירט איבערן טאָל, צוגעקומען צום סאמע ברעג פונעם טײַכל. זי איז געווען זיכער, אז זי זעט, װוי פײַװול פירט מיטן סמיטשעק איבערן פידל, װי די פינגער טאנצן ארום איבער די סטרונעס. און שטיל, קימאט אין זיך, געזונגען דאָס, װאָס פײַווֹל האָט אױסגעשפּילט. און ס'האָט זיך איר געמאָלט, וי זיי זיצן ביידע אונטערן אלטן דעמב, זיצן ניט אָפּנערוקט איינער פונעם אנדערן, נאָר שטארק צוגעטוליעט. אזוי שטארק, אז ס'הייבט אזש אָן שווינדלען אין די אויגן, און דאָס הארץ ווערט פארכאלעשט. פײַװל שפּילט אפן פידל, און זי זינגט, און פון ערגעץ דערטראָגט זיך צו זיי דער געברום פון א טרעמביטע. איבער זיי הענגט א פארנאכטיק-גרויער הימל, און שטערן צינדן זיך אָן איינער נאָכן אנדערן. עס צעפלאקערן זיך די טרוקענע צװײַגעלעך אפן נאָרװאָס אָנגעצונדענעם שײַטער, און טרערן... די טרערן זײַנען שוין ניט קיין געדיכטע. זיי רינען שטיל פון אירע אויגן, קײַקלען זיך אראָפּ און קילן דאָס פארפלאמטע פּאַנעם.
דאָס איז אויך פאר בערלען געווען א סאָד. ער האָט שוין ניט איין מאָל זיך באגעגנט מיט סענדערן, אויסבאהאלטן דאָס, װאָס סענדער האָט געבראכט אף אויסצובאהאלטן, נאָר שמועסן וועגן זייערע געמיינזאמע איניאָנים איז געווען שטרענג פארווערט, האָט ער ניט געװוּסט, בערל, אז אויך דאָ, אין ווערביווקע, איז אופגעקומען אזא זאך, װי אן אונטערער- דישע אַרגאניזאציע, װאָס הייסט ,רויטע שילער", און אז זײַן פײַװל איז אויך צווישן זיי און אוואדע האָט פראָזינע ניט געקאָנט װויסן, אז אויך איר מאריטשקע איז אין דער דאָזיקער שילערישער אַרגאניזאציע. סענדער, װאָס האָט געשאפן די אָרגאניזאציע און אָנגעפירט מיט איר, האָט אײַנגעשטעלט א שטרענגע קאַנספּיראציע. יעדערער פון די יונגע אונטערערדלער האָט געװוּסט בלויז זײַן דרײַלינג. און פײַווֹל מיט מאריטשקען האָבן געהערט צו פארשיידענע דרײַלינגען. קיינער אין דאָרף האָט ניט געװוּסט, װיאזוי, ווען און װער קלעפּט עס פאנאנדער איבער די הויפן הונדערטער פלוגבלעטלעך. טאקע די זעלבע פלוגבלעטלעך, װאָס זײַנען געלעגן באהאלטן בא בערלען אין קוזניע. בערל אליין האָט אויך ניט געװוּסט..
14
ער האָט זיך א יאווע געטאָן אין װערביווקע אומגעריכט. אינמיטן העלן טאָג האָט ער געשפּאנט איבער די גאסן פראנק-און-פרײַ, ניט איבערגעטאָן און ניט פארשטעלט זיך אלס אן אגענט פון דער סטראכיר-געזעלשאפט. פּאָשעט ער, מירטשע אליין. אינגאנצן א זומערדי- קער, אין װײַסע שמאָלע לײַװנטענע הויזן, אין א װײַס אויסגענייט העמדל, מיט א געצאצ- קעטן קעפּטאריק, פארװאָרפן די אקסלען, האָט ער אויסגעזען דורכויס א היגער, א שטענדי- קער טוישעוו, גלײַך ער איז קיינמאָל פון ווערביווקע ניט אוועק, גלײַך עס זײַנען ניט געווען קיין צוואנציק יאָר װאָגלענישן, צוואנציק יאָר אונטערערד. ער האָט געשפּאנט איבער די דאָרפישע גאסן פרײַ און שרעקלאָז, גלײַך די גאנצע וװועלט האָט זיך איבערגעאנדערשט, ניטאָ שוין אין דאָרף דער רומענישער שעף-דע-פּאָסט, עס שנאָרען ניט ארום די לײַט פון דער סיגוראנצע, און װוען ער האָט זיך צופעליק באגעגנט מיט דעם רומענישן אופזיכטלער, האָבן ביידע געמאכט דעם אָנשטעל, אז זיי זעען ניט איינער דעם אנדערן, ווייסן ניט איינער פון דעם אנדערן. אָדער -- מאכן זיך גאָר איינער פונעם אנדערן א קליינעם צימעס.
די אומגעריכטקײַט איז, פארשטייט זיך, געווען ניט אינגאנצן אומגעריכט. פאָריקן הארבסט איז די רויטע ארמיי ארײַנגעטראָטן אין מײַרעװ-אוקראינע און צוגעקומען הארט צו די גרענעצן פון בוקאָװוינע. צוגעקומען און געבליבן שטיין א קילאָמעטער פופצן פון ווערביווקע. איז אלץ געבליבן הענגען װי דאָס פארויטלטע װאָלקנדל אפן מײַרעװדיקן הימל- ראנד, ווען מע קאָן קיינמאָל ניט וויסן, צי איז דאָס א סימען אף װוינטן צי אף רעגנס. אזוי צי אזוי, נאָר ס'האָט געשמעקט מיט א שטארקן געוויטער. אלץ און אלע ארום האָבן װי פאר- טײַעט זיך און געווארט. װער מיט פרייד און האָפענונג און װער מיט שרעק. נאָר אויב אזא מירטשע טוט נאָך איידער עפּעס זיך א יאווע אין דאָרף און שפּאנט ארום פראנק-און-פרײַ איז דאָך א סימען, אז יענער ,, עפּעס" איז שוין ניט װײַט.
39
די דאַרפסלײַט איז דערװײַל שווער געווען באנעמען, װאָס דאָ קומט פאָר. באגעגנט זיך מיט מירטשען, האָבן זיי, װי עס פירט זיך, אראָפּגענומען דעם קאפּעליוש, פארנייגט זיך און אפגיך פארקערעוועט אין א זײַט. מאלע װאָס. זאָל קיינער ניט זען, אז מע האָט זיך גע- גריסט מיט מירטשען. בלויז אייניקע, טאקע געציילטע, האָבן דערבײַ זיך איבערגעווונקען מיט א סוידעסדיקן װוּנק, א װוּנק, װאָס האָט געדינט װי א פּאראָל. אָפּטמאָל זײַנען דערבײַ איבערגעכאזערט געװאָרן איינע און די זעלבע ווערטער:
-- לעבן די פיר ווערבעס, וי שטענדיק.
-- װאָס װעט זײַן, װאָס װעט זײַן? -- האָט פראָזינע װי געבעטן זיך בא מירטשען, ציטערנדיק און וויינענדיק.
-- עס װעט זײַן גוט, פראָזינע, -- האָט ער זי בארויקט. -- עס װעט זײַן זייער גוט.
עס האָט שוין אָפּגעבליט דער פרילינג, דער יונגער זומער האָט זיך צעשמעקט מיט די רייכעס פון גרינע ציבעלעס און רויטע רעטעכלעך, און די צעצוויטעטע קארטאָפל-פעל- דער האָבן אויסגעזען, װי באשיט מיט שניי. פון צווישן די געדיכטע געלבלעכע װוּדענעס האָבן מיט זייערע בלויע אייגעלעך ארויסגעקוקט די נאָך מאַגערלעכע אוגערקעס. איבערן טאָל איז געהאנגען א שיטערער נעפּל, און אפן װײַטן הימל-ראנד זײַנען אלץ געהאנגען גע- קרײַזלטע װאָלקנדלעך, איבערגעפארבט מיט רויטן.
אי די באנאכטיקע שאָען איז צו טאָדאָרס שטיבל אלעמאָל צוגעקומען עמעצער און אָנגעקלאפּט אין פענצטער. פון יענער זײַט וואנט איז אין אָנטאָן געלעגן מירטשע און אף יעדער קלאפּ געענטפערט:
-- גוט, גוט. אונטער די פיר ווערבעס.
אין פראָזינעס אומרוייקע געדאנקען האָבן די פיר ווערבעס זיך צעוואקסן אין א גע- דיכטן מוירעדיקן וואלד, פול מיט גאזלאָנים, און מירטשע, איר ברודער מירטשע, איז דער סאמע געפערלעכער צוישן זיי. איז זי, פּונקט װי מירטשע, ניט געשלאָפן דורך די נעכט. זי האָט ניט אופגעהערט ציטערן פאר שרעק.
טאָדאָר האָט זיך געמאכט ניט-וויסנדיק, ער האָט יעדן טאָג געטאָן דאָס, װאָס ער האָט געדארפט טאָן אין הויף און אין פעלד אָדער גאָר פארקליבן זיך אין די בערג, צו זײַנע שטיי- נער, כאָטש ניט שטענדיק האָט ער דאָרט געהאט װאָס צו טאָן. פרעגן עפּעס בא מירטשען האָט ער ניט געוואגט.
אייגנטלעך, האָט זיך דאָס אלץ געצויגן ניט מער װי דרײַ צי פיר טעג. אין איינעם אן אָװונט איז מירטשע געקומען אהיים א יאָמטעוודיק-פארפלאמטער און ארױיסגעשלעפּט פונעם בוזעם א לאנגן שטיק רויטע לײַװנט.
-- נעם, שוועסטערוניע, מע דארף דאָס ארומזוימען.
און פראָזינע ווידער מיט א געוויין:
-- װאַס זשע װעט זײַן, מירטשע?
-- עס װעט זײַן גוט, פראָזינע, זייער גוט.
-- וען, ווען װעט דאָס זײַן?
-- גאָר אינגיכן. עפשער טאקע מאָרגן.
האָט פראָזינע גענומען ארומזוימען דאָס רויטע שטיק לײַװונט און װוידער געוויינט.
דעם צווייטן אָװונט האָט מירטשע געבראכט א גרויסן פּאַרטרעט, און שוין צו טאָדאָרן:
-- דאָס איז לענין. דו קענסט צופּראווען א רעמל? און איך מוז גיין.
-- װוידער צו די פיר װוערבעס? -- האָט פראָזינע געפרעגט.
-- שוין, אויס מיט די פיר ווערבעס. נאָר הײַנטיקע נאכט האָבן מיר א סאך ארבעט.
-- אוי, כהאָב מוירע, -- האָט פראָזינע פארדעקט מיט די הענט דאָס פּאַנעם. -- מע װעט שיסן.
-- מע װעט ניט שיסן. מע װעט נאָר זינגען.
יענע נאכט איז אין ווערביווקע געשען פיל אומגעויינלעכע זאכן. עטלעכע כעוורע האָבן זיך ארײַנגעריסן אין דער געבײַדע פון דער רומענישער פּאַליצײ, באפוילן די פּאַלי- ציַאנטן אוועקלייגן די ביקסלעך און װאָס גיכער זיך אָפּטראָגן פונדאנען. יענע נאכט האָט ניט געסטײַעט די מעשוגענע פּריצע, זי האָט פארכאפּט מיט זיך פיר פערד, פינף קי און א גאנצן פּאק פאלשע וועקסלען. באגינען איז ווערביווקע שוין געווען גאָר אן אנדער ווערביווקע. אפן דאך פונעם פּריצישן מויער האָט געפלאקערט א רויטע פאָן און איבערן דאָרף האָבן ארומגעשפּאנט כעוורע מיט די רומענישע ביקסלעך אף די אקסלען און מיט רויטע בענדלעך אף די ארבל. א ביסל שפּעטער איז דאָס גאנצע דאָרף ארויס באגעגענען דעם רויטארמיייַשן
36
טייל, װאָס איז אָנגעקומען גראָד פון דער מײַרעװדיקער זײַט. דאָס רויטע פּאסיקל אפן הימל- ראנד האָט ענדלעך זיך א ריר געטאָן.
ס'איז געווען ענלעך אף א כאסענע, אף א דרויסנדיקער כאסענע, װען דאָס גאנצע דאָרף איז אײַנגעלאדן אף איר. די אוקראינער, די ייִדן און די ציגײַנער האָבן געשפּילט, געזונגען און געטאנצט אויך אלע איניינעם -- דאָס אוקראינישע, דאָס ייִדישע און דאָס צִי- גײַנערשע. מירטשע, װאָס האָט באצײַטנס אלץ אױספּלאנירט, איז נאָך נעכטן אװעקגעלאָפן צו בערלען און געפרעגט:
-- דעם , אינטערנאציאָנאל" קענסטו שפּילן?
-- אז מע װעט דארפן, װעל איך אלץ קענען.
-- און אײַזערנע שטעקלעך האָסטו א סאך? זיי װעלן הײַנטיקע נאכט צוניץ קומען.
איז פײַווֹל אוועק אף א גאנצער נאכט מיט א כאָפּטע כעוורע, און בערל האָט רעפּע- טירט אף זײַן פידל דעם , אינטערנאציאָנאל". דערנאָך האָט זיך ארויסגעוויזן, אז אין א סאך דאָרפישע הײַזער האָט מען רעפּעטירט דעם ,אינטערנאציאָנאל". די ציגײַנער האָבן זיך ארײַנגעריסן אין דאָרף מיט זייערע בוידן און זייערע פערד, ארומגעפלאַכטענע מיט רויטע בענדעלעך, און אויך געשפּילט דעם ,אינטערנאציאַנאל".
ס'איז געווען א טאָג פול מיט זון, מיט פארשיקערטקײַט, געוואגטקײַט. מאריטשקע איז אריבערגעלאָפן איר פארווערטע גרענעץ, די קלאדקע, און ארײַנגעלאָפן צו פרומען אין קיכל, גלײַך סזײַנען ניט געווען קיין שום פארווערן, ניט געווען קיין שום רויגעז צווישן פראַזינען און פרומען. אָפּגעגעבן דער באלעבאָסטע דעם גוט-מאָרגן, איז זי ארײַנגעלאָפן אין צימערל, װוּ פּײַווֹל האַט געכאפּט א קורצן דרעמל נאָך דער אומגעוויינלעכער נאכט.
-- װאָס שלאָפּסטו? -- האָט מאריטשקע אַנגעשריגן אף אים. -- אין אזא טאָג!
פײַוול האָט א רײַב געטאַן די אויגן און װוידער זיי צוגעמאכט. ער האָט געמיינט, אז דאָס איז א כאָלעם. מאריטשקע... אזוי נאָענט! אזוי שיין! און אזוי פארשיקערנדיק צעבליט! ער האָט װידער, זייער פאָרזיכטיק, דער כאָלעם זאָל ניט צערונען װערן, געעפנט די אויגן, נאָר... סאיז טאקע אפאנעמעסן זי, מאריטשקע.
זיי האָבן זיך א נעם געטאָן פאר די הענט, וי אין יענעם װײַטן, שוין זייער װײַטן טאָג, אװעקגעלאָפן איבער דער אופגערודערטער גאס און אײַנגעטוקט זיך אינעם ראשיקן האמוין, וי מע טוקט זיך אײַן אין א טײַך. זי האָבן זיך געפילט יאָמטעװדיק-שיקערלעך, פריילער און גליקלעך. זיי האָבן אפילע ניט באוויזן א טראכט טאָן, פונוואנען האָט זיך גענומען אָט די דופטיקע פארשיקערטקײַט, ווען אין די סעדער האָט שוין אלץ אָפּגעבליט. און אוואדע איז זיי אפן געדאנק ניט געקומען, אז הײַנטיקן באגינען האָט אלץ אפסנײַ זיך צעבליט, און אז הײַנט האָט אפאנעמעסן זיך צעבליט זייער פארבאַרגענע ליבע.
א יונגער רויטארמייער האָט א כאפּ געטאַן מאריטשקען, ארויסגעריסן זי פון פײַוולס הענט, עטלעכע מאָל זיך א דריי געטאַן מיט איר, דערנאָך זי א הייב געטאָן און א קוש גע- געבן אין באק. איז פײַװול געװאָרן ביז גאָר דרייסט, זי ארויסבאפרײַט פון די אַרעמס באם רויטארמייער, זיך א דריי געטאָן מיט איר א פּאַר מאָל און אויך א קוש געגעבן. און זי מאריטשקע, א פארפלאמטע און א שמייכלענדיקע, האָט אים אָפּנעענטפערט פּונקט מיט אזא דרייסטן און הייסן קוש.
דער יאָמטעװ האָט זיך אלץ צעוואקסן. בערדיקע ייִדן, היגע פּעלצנמאכער, האָבן זיך א נעם געטאָן פאר די הענט און אוועק אין א טאנץ. דערנאַך האָבן זיך צעשאלט די טרעמ- ביטעס מיט זייער ברומענדיקער שטים, צימבלען האָבן זיך צעצימבלט מיט הונדערטער גלע- קעלעך, איז דאָס שוין געווען ענלעך אפן טראדיציאַנעלן הוצולישן יאָמטעו, ווען מע טרײַבט אוועק די שאָף אף די הויכע פּאַלאַנינעס, אף דער זומערדיקער פּאשע. און פון אלע הײַזער האָט געשמעקט מיט שטארק געזאלצענער ברינזע, מיט הייסער, צעפּארעטער מאמעליגע און מיט יענער הארבלעכער צויקע, װאָס שעצט זיך דאָ העכער פונעם בעסטן בראנפן. און טויזנ- טער הערצער זײַנען געווען צעעפנט פאר פרייד און האָפענונגען.
ארויסגעקליבן זיך פונעם זינגענדיקן און טאנצנדיקן האמוין, זײַנען פּײַװול מיט מא- ריטשקען אריבערגעלאָפן, וי אריבערגעטאנצט איבער דער קלאדקע, ארײַנגעלאָפן אינעם קילן שאָטן אונטער די פיר ווערבעס און לאנג געשטאנען אזוי, פעסט אָנגענומען זיך פאר די הענט. זיי זײַנען שוין לאנג ארויס פון יענעם קינדערשן עלטער, ווען זיי האָכן אזוי אומ- באטראכט זיך אװעקגעלאָזט אין וואלד, נאָר יענער טאָג איז די גאנצע צײַט זי געשטאנען פאר די אויגן,
-- מיר כאָלעמט זיך אָפּט דער בער, -- האָט מאריטשקע זיך מוידע געווען.
-- מיר אויך, -- האָט פּײַװל געזאָגט.
37
-- און װי דו טראָגסט מיך אף די הענט.
-- מיר אויך.
-- און מיר איז אזוי גוט...
-- מיר אויך.
-- װאָס מיר אויך, װאָס מיר אויך? -- האָט מאריטשקע אים איבערגעקרימט. -- קיין אנדערע ווערטער האָסטו ניט?
-- איך האָב. זייער א סאך. האָסט זיי דען ניט געהערט?
-- ווען?
-- ווען איך האָב יעדן פארנאכט געשפּילט אפן פידל.
-- און דו? האָסט דען ניט געהערט, וי איך האָב געזונגען?
-- אוואדע געהערט. דערפאר טאקע האָט די פידל אזוי געשפּילט.
איבערן טאָל האָט זיך אראָפּגעלאָזט א זומערדיקער פארנאכט. אין אלע דאָרפישע הײַ- זער האָבן זיך אָנגעצונדן פריילעכע פײַערלעך. טויזנטער הערצער האָבן מיט פלאטער, מיט אומגעדולד געווארט אפן נײַעם טאָג. װי װעט ער אויסזען, און װאָס װעט ער ברענגען מיט זיך?
בא מירטשען איז אלץ געווען באצײַטנס אויסגערעכנט און פאנאנדערגעשטעלט. יעדער זאך אף זײַן אָרט, יעדער מענטש מיט זײַן טועכץ, גלײַך ער, מירטשע, איז דאָ אָפּגעװען ניט קיין עטלעכע געציילטע טעג, נאָר אלע צוואנציק יאָר, און קען יעדערן מיט אלע זײַנע מײַי לעס און כעסרוינעס.
-- דו װעסט זײַן סעקרעטאר, -- האָט ער געמאָלדן סענדערן נאָך דעם, װי אף א ראשיקער סכאָדקע איז געשאפן געװאָרן א דאָרפראט און אים, מירטשען, האָט מען אויסגע- קליבן אלס פאָרזיצער. -- וועסט נעמען מיט זיך צוויי מענטשן און איבערשרײַבן דאָס גאנצע פארמעגן פון דער מעשוגענער פּריצע. דעם לעבעדיקן און טויטן אינווענטאר, דאָס מעבל און אלע אנדערע זאכן. צוויי צימערן קלײַב אָפּ פארן דאָרפראט, און א גרעסערן זאל -- פאר א קלוב. און רוף צונויף דײַנע דרײַלינגען, איצט מעגן זיי זיך שוין באקענען, װעלן מיר שאפן א קאָמיוגיש קעמערל. יאָ, און װעגן א כאָר דארף מען א טראכט טאָן.
וועגן כאָר איז געווען געזאָגט, ער זאָל, הייסט עס, א טראכט טאָן און א זוך טאָן.
פאר בערלען האָט מירטשע אויך טייקעף געפונען א דרינגענדיקע ארבעט.
-- דיך האָט מען דאָך אויסגעקליבן אין דאָרפראט, איז גיי שוין אוועק אפן פּריצישן הויף און באקוק דעם אינווענטאר. די שנײַדמאשינען, די ווייעלקעס, די דרעשמאשין. מע דארף אלץ אָפּרעמאָנטירן צום שניט. דערנאָך װועסטו זיך נעמען פאר די אקערס, די באָ- ראָנעס.
-- אוז פון די ציגײַנער מעג מען אויך עמעצן נעמען?
-- כ'האָב גאָר פארגעסן, אז דו ביסט א האלבער ציגײַנער, -- האָט מירטשע א שפּאס געטאָן. --- וועמען האָסטו דאָרטן?
-- דעם אלטן שטעפאנען. זייער א גוטער שמיד.
-- נעם וועמען דו װילסט, אבי די ארבעט זאָל גיין. און נאָך א זאך. הײַנט אין אָװנט קום אין קלוב מיטן פידל.
אפן געוועזענעם פּריצישן מויער הענגט א רויטע פאָן, און פונעם לויטערן הימל קוקט אראָפּ די גוטע און מילדע בוקאָווינער זון. זי מאכט פארטיק די וייצן מיט די גערשטנס. גאָר אינגיכן האָבן אלע קלאנגען פונעם דאָרף זיך אריבערגעקליבן אף די ארומיקע פעלדער, ס האָט זיך געקאָסעט מיט גאָר אן אנדער כיישעק, געדראָשן נאָך פריילעכער.
בא מירטשען איז אלץ געווען אױסגעפּלאנירט און אויסגערעכנט: וויפל ברויט פון די פּריצישע פעלדער דארף אוועק אף באצאָלן די פּױערים פאר זייער ארבעט, וויפל דארף פאר- קויפט ווערן דער מעלוכע, וויפל דארף מען לאָזן אף זריע און וויפל אף באזאָרגן די נויט- באדערפטיקע פּויערים, בא וועלכע די אייגענע גערעטעניש װעט קוים סטײַען ביזן נײַעם יאָר, דאָס איז געווען פאר אלעמען אן איבעראשנדיקע נײַס. זינט דאָס דאָרף איז א דאָרף האָט מען וועגן אזוינס ניט געהערט.
און דאָס איז אויך געווען פאר אלעמען א נײַס: א רויטער אָבאָז.
-- אזא מינהעג איז אין דער גרויסער אוקראינע. אינעם גאנצן סאָוועטנפארבאנד. און מיר זײַנען איצט א טייל פון אים.
38
ער האָט זיך זייער געײַלט, מירטשע, זייער געװאָלט, אז דאָ זאָל װאָס גיכער װערן אזוי, װי אין דער גרויסער אוקראינע. און ווען אלץ װעט ווערן אזוי, וי ער וויל, װעט ער נעמען אורלויב און צופאָרן צום דאָרף באם דניעפּער, װוּ עס װוינט זײַן גאלינקע. ער ווייסט ניט, צי זי ווארט אף אים, צי זי האָט שוין פון לאנג כאסענע געהאט, נאָר דאָס איז ניט וויכטיק. וויכטיק איז, װאָס זי לעבט די גאנצע צײַט בא אים אין הארצן, און ער וויל זייער וויסן װועגן איר. אף זײַן ערשטן בריוו האָט זי געענטפערט גאנץ גיך, געשריבן גענוי, מיט אלע פּראָטים, װאָס מיט איר איז געשען פאר די אלע יאָרן, װי עס גייט די ארבעט אין קאָלװירט, װאָס איז אופגעקומען אפן אָרט פון דער קאָמונע, אין וועלכער ער האָט אויך אמאָל געארבעט, און צוגעשיקט דערבײַ א פאמיליען-פאָטאָ, װוּ זי שטייט באנאנד מיט איר מאן און צוויי מיידעלעך אין איר געראָטן. די פאָטאָ האָט ארויסגערופן בא אים שטארקע הארצ- קלעמעניש. נאָר ער האָט ניט אופגעהערט טײַנען צו זיך אליין;
-- דאַס איז ניט וויכטיק, וויכטיק איז דאָס, װאָס זי לעבט, װאָס איר איז גוט, װאָס זי האָט צוויי מיידעלעך אין איר געראָטן, אָט זאָל ער נאָר...
אָבער אויסרעכענען, װאָס נאָך דארף ער אָפּטאָן, ער זאָל זיך דערלויבן א קורצן אָפּרן און פאָרן זיך זען מיט גאלינקען, איז אים געווען זייער שווער. סװאָלט זיך באקומען צו א לאנג צעטל.
אין יענע ראשיקע מעסלעסן פלעגט מירטשע קומען אהיים גאנץ שפּעט. בלויז פראָ- זינע האָט געווארט אף אים מיט דער וועטשערע. דאָס מאָל איז ער געקומען נאָך שפּעטער וי שטענדיק. פראָזינע, א באומרויקטע, האָט אופגעוועקט טאָדאָרן.
-- װוּ ביסטו געווען אזוי שפּעט? -- האָט טאָדאָר געפרעגט, ווען מירטשע האָט ערשט נאָך האלבער נאכט זיך געיאוועט אהיים.
-- אָ, -- האָט מירטשע געענטפערט פּײַערלעך, -- מיר האָבן הײַנט געשאפן אן איני- ציאטיוו-גרופּע.
-- װאָס איז דאָס אזוינס?
-- א גרופּע אקטיוויסטן אף שאפן א קאַלווירט,
-- אין א גוטער שאָ, -- האָט טאָדאָר ארויסגערעדט מיט אָפענעם שפּאָט.
-- שפּאסן איז ניטאָ װאָס, -- האָט מירטשע זיך באליידיקט. -- דו אליין דארפסט אויך א טראכט טאָן, טאקע דו אין דער ערשטער ריי.
-- פארװאָס איך אין דער ערשטער ריי?
-- וי פארשטייסטו ניט? װי קאָן איך אגיטירן אנדערע, אויב מײַן שװאָגער װעט שטיין אין א זײַט?
-- דאָס איז שוין ניט מײַן דײַגע. אין קאָלװירט קלײַב איך זיך דערװײַל ניט.
-- פארװאָס?
-- װאָס גייט דיר אזוי אָן פארװאָס? איך וויל ניט גיין, און שוין,
-- װאָס זשע װעלן מענטשן זאָגן?
-- מענטשן, מענטשן... אין דעם גייט עס דאָך. האָסטו עטלעכע העקטאר ערד, ביסטו א מענטש. האָסטו זיי ניט, ביסטו קיין מענטש ניט. ביסטו א זלידניע, א בעטלער, א באטראק.
אין מירטשען האָט אלץ געקאָכט, נאָר ער האָט זיך געסטארעט רעדן רויָק.
-- ביסט טאקע גערעכט, נאָר דאָס אלץ האָט צו טאָן מיט דער אלטער װעלט. איצט איז אָבער גאָר אנדערש. גאנץ אוקראינע, גאנץ רוסלאנד איז פון סאמע קאַלװירטן.
-- איז פאָר דיר קיין רוסלאנד,
-- רוסלאנד האָט שוין אָפּגעטאָן אלץ. איצט דארפן מיר דאָס זעלבע טאַן בא זיך אינ- דערהיים, פארשטייסט?
ער האָט שוין גערעדט א ביסל צו הויך, מירטשע, מאריטשקע האָט זיך אופגעכאפּט פון שלאָף און א דערשראָקענע אָנגעהויבן רײַבן די אויגן.
-- איך האָב פארשטאנען! -- האָט טאָדאָר אויך געהעכערט דאָס קאָל. -- איך האָב דיך שוין לאנג פארשטאנען. אָבער אין קאָלװירט װעל איך ניט גיין.
פראָזינע האָט א גלעט געטאָן טאָדאָרן איבערן אקסל,
-- טאָדאָר, באטראכט זיך, עפשער... קיין קרומע זאך װעט דאָך מירטשע ניט אייצען.
-- ווייסט איר װאָס? -- האָט טאָדאָר זי אָפּגעשטױסן. דאָס ערשטע מאָל אין לעבן אזוי אָפּגעשטױסן זײַן פראָזינען. -- נעמט אײַך די דרײַ חעקטאר ערד און שענקט זיי אוועק וועמען איר ווילט. אין קאָלװירט גיי איך ניט. איך װעל זיך ווי-ניט-איז פארדינען אף א שטיקל ברויט. איך קאָן נאָך האקן שטיינער.
39
אף דעם האָט מירטשע גאָרנישט ניט געענטפערט. א בלייכער, האָט ער זיך אופגעהויבן פון דער באנק, און מע האָט געזען, וי אלץ אין אים ציטערט. ער האָט געװאָלט זאָגן עפּעס זייער בײַסיקס, זייער בייזס, נאָר זיך אײַנגעהאלטן מיט אלע קויכעס. זיך בארויִקט א ביסל, וי אראָפּגעשלונגען צוריק דאָס, װאָס האָט זיך געריסן פון אים, האָט ער ארויסגערעדט שטיל, וי צו זיך אליין;
-- אוב אזוי, קאָן איך דאַ אין שטוב ניט בלײַבן. כאָטש... ס'איז מײַן טאטנס שטוב,
-- מירטשע, -- האָט פראָזינע שוין געשריגן, -- װאָס רעדסטו אזוי, מירטשע.
נאָר מירטשע האָט זי װי ניט געהערט.
-- איך װעל אריבערגיין װױינען אין דאָרפראט, -- האָט ער װידער געזאָגט, װוי צו זיך אליין.
-- מירטשע, װאָס װעלן מענטשן זאָגן? -- האָט פראָזינע זיך געבעטן.
זי איז צוגעפאלן צו אים, נאָר טאָדאָר האָט זי האסטיק א צי געטאָן:
-- האָדי! זאָל ער... עס װעט אים נימעס ווערן.
נאָך עטלעכע מינוט פון שווערער שװײַגעניש האָט מירטשע צונויפגענומען זײַן ביסל אָנטאַן, די עטלעכע ביכלעך, װאָס ער האָט געבראכט מיט זיך, פארפּאקעוועט אלץ אין זײַן טשעמאָדאנטשיקל, ארײַנגערוקט אהין אויך דאָס קישעלע, װאָס פראָזינע האָט אים דער- לאנגט, און ארויס פון שטוב. פראָזינע האָט זיך א לאָז געטאָן נאָך אים, נאָר ער האָט א פיר געטאָן מיט דער האנט איבער איר קאָפּ,
-- מע דארף ניט. מע דארף מיך ניט באגלייטן. א גוטע נאכט.
-- סאיז דאָך שוין הארבסט, און דאָרטן איז קאלט, װעסט זיך נאָך צוקילן.
-- בארויק זיך, פראָזינע, די הרובע הייצט זיך דאָרטן א גאנצן טאָג.
15
יענעם הארבסט האָט מען אין בוקאָװינע און אין בעסאראביע געפּראװעט א סאך כא- סענעס.
דער הארבסט איז געווען א ווארעמער, א זוניקער, אף די געוועזענע פּריצישע פעלדער האָבן געגרינט די פרישע שפּראָצונגען פונעם ערשטן קאָלװירטישן ווינטער-פארזיי און אף די דאָרפישע גאסן האָט מען ניט אופגעהערט זינגען, שפּילן און טאנצן. ס'איז געווען אן עמעסע פארפלייצונג פון כאסענעס און ס'האָבן נאָך קיינמאָל אזוי ניט געהאָרעװעט די קלעז- מער און סארװוערנס. איבער די פארשטויבטע דאָרפישע גאסן האָט געהילכט א פארטויבן- דיקער געמיש פון פארשיידענע כאסענע-מעלאָדיעס און פון די הײַזער האָט געשמעקט מיט ייִדישע פלאָדן, אוקראינישן כאָלאָדיעץ און מאָלדאװישע גאָגושארעס.
די אלגעמיינע פארשיקערטקײַט פון דער פּלוצלינג אָנגעפלױיגענער פרײַהײַט, װאָס די רויטע ארמיי האָט מיט זיך געבראכט, האָט צעוואלגערט פיליאָריקע װענט, צעשטערט דוירעסדיקע מעכיצעס.
איין שידעך, װאָס האָט אוואדע געדארפט מיט מאזל זיך אויסשידעכן, איז געבליבן שטעקן. דאָס איז געווען זייער פארדריסלעך, אין יענע טעג פון צעבליטער פרײַנטשאפט, און האָט געבראַכן די פיליאָריקע קרויוועשאפט פון צוויי נאָענטע פאמיליעס.
עמעס, בערל מיט טאָדאָרן זײַנען ניט געווען אזוי פאראקשנט. טיף פארבאָרגן אין זיך אף ניט ארויסכאפּן זיך מיט א װאָרט פאר זייערע װײַבער, זײַנען זיי געװען גענייגט, אויב עס װעט געשען דאָס, װאָס עס קאָן געשען, אויסקימען צווישן זיך. אָבער די מאמעס, פראָ- זינע און פרומע..
איז דאַס הילצערנע קלאדקעלע איבערן שמאָלן טײַכל אויסגעוואקסן, װי א הויכע וואנט.
וועגן דעם האָט אויך מירטשע געװוּסט. מירטשע האָט ניט אופגעהערט איבערכאזערן:
-- צוליב װאָס מאכט מען רעװאַליוציעס? עכטע ליבעס זאָלן ניט צעשטערט װערן! -- און ער איז געווען דערפון שטארק אופגערודערט.
נאָר דאָס איז געווען א ריין פאמיליע-איניען. טאָדאָרס באשלוס האָט אופגערודערט ניט איין פאמיליע אין דאָרף.
-- מירטשעס שװאָגער זאָל ניט װעלן ארײַנטרעטן אין קאָלװירט?
40
-- װאָס בין איך און װער בין איך? -- האָט טאָדאָר געפּרוּװוט זיך פארענטפערן. -- אוב דער קאָלװירט דארף מײַנע דרײַ העקטאר, קאָן איך זיי הײַנט אָפּגעבן. נאָר איך אליין גי דערװײַל ניט.
דער , דערװײַל" האָט געדארפט פאר אים דינען װי א שטיקל טערעץ. באם , דערװײַל" האָט זיך געהאלטן דער גרעסטער טייל װערביווקער. אין קאָלװירט האָבן זיך פארשריבן ניט מער, װוי צוואנציק פאמיליעס.
בערל האָט נאָך אויך ניט געװוּסט, װער ער איז, דערװײַל איז ער האלב שמיד און האלב קלעזמער, האלב ייד און האלב ציגײַנער, האלב קאָלװירטניק און האלב נאָך עפּעס. און װער װוייסט, וויפל נאָך האלבן עס האָבן געברויזט אין אים אין יענעם ראשיקן הארבסט. באגינען איז ער געלאָפן אפן פּריצישן הויף רעמאָנטירן דעם קאָלװירטישן אינווענטאר, און נאָך מיטיק האָט ער זיך צעקלונגען בא זיך אין דער אייזגענער קוזניע.
-- בערל, װאָס טוט זיך מיט דיר, בערל? -- האָט פרומע געפרעגט.
ער האָט א שארקע געטאַן מיט די פינגער זײַן ציגײַנערשע באָרד און קאלטבלוטיק געענטפערט:
-- מירטשע האַט געהייסן.
-- װאָס איז ער דיר, אָט דער מירטשע?
-- מירטשע... מירטשע איז די רעװאָליוציע.
-- וועלכע רעװאַליוציע? װאָס האָסטו זיך ארײַנגענומען אין קאָפּ ארײַן א רעװאָליציע?
נאָר אף ברייטערע דערקלערונגען האָט בערלען קיין וערטער ניט געסטײַעט.
די זעלבע טײַנעס האָט געהאט צו אים טאָדאָר. ער האָט ניט געקאָנט פארשטיין, װאָס איז אזוי די געדולע אף אים, װאָס ער האלט אין איין לויפן אפן פּריצישן הויף און האָרעװעט דאָרטן אָן א קאָפּיקע געלט.
-- װאָס יאָגט דיך אזוי אהין? מע קאָן מיינען...
-- מע דארף גאָרניט מיינען, -- האָט בערל אים דערקלערט, -- מירטשע האָט געהייסן.
-- װוידער מירטשע, -- האָט טאָדאָר זיך פארקרימט. -- מיט װאָס האָט ער אײַך פאר- קישעפט?
-- מירטשע איז די רעװאָליוציע, -- האָט בערל געטײַנעט זײַנס.
-- און אָן אים װאָלטן קיין רעװאָליוציעס ניט געווען?
-- ניט אין דעם גייט עס. ניט מירטשע, װאָלט געווען אן אנדערער.
-- איז װאָס אויב א רעװאָליוציע, דארף מען שוין קיין שטיינער ניט האקן?
-- פארװאָס ניט? אויב מע דארף...
אייגנטלעך איז קיין באזונדער נױטװענדיקײַט אין קיין שטיינער ניט געווען. נאָר טאַ- דאָר האָט זייער געװאָלט פארשלעפּן בערלען אין די בערג, ער זאָל קאָנען פא" אים זיך אויסרעדן דאַס הארץ.
אין די שטיינגריבער איז װי שטענדיק געווען ביינהאשמאַשעסדיק טונק?, הארבסטיק- פײַכטלעך, און די קעלט האָט דורכגענומען ביז 'די ביינער. אלץ איז דאָ געווען מענושעמדיק- אומהיימלעך, אלץ װוי פארגליווערט. בלויז א יאשטשערקע, װאָס האָט דורכגעשמוגלט צװישן די פיס, און קליינע פראַשעלעך, װאָס האָבן זיך געטויװולט אין די גרינלעכע קאליוזשעס, האָבן געגעבן צו וויסן, אז אויך דאָ איז פול מיט לעבעדיקע נעפאשעס.
-- אָט, בערולא, איך וויל דאָס פארשטיין און קאָן ניט. װוען די רויטע ארמיי זאָל געווען קומען אַן מירטשען, װאָלט בא מיר, װי בא אלעמען, געווען א גרויסער יאָמטעוו. און אזוי... עס באקומט זיך, אז ער איז געקומען מיך באראבעווען.
-- רעדסט נארישקײַטן, טאָדאָר. װער קלײַבט זיך דיך באראבעווען? װער צווינגט דיך דען גיין אין קאָלװירט? דאָס אלץ איז דאָך פרײַװיליק. יאָ איז יאָ, ניין איז ניין.
-- זאָג דעם עמעס, דו װאָלסט פרײַװיליק אָפּגעגעבן דײַן קוזניע?
-- װאָס פאר א װוערט האָט די קוזניע אַָן מײַנע הענט?
-- איז װאָס? דארף איך נאָך צוגעבן מײַנע הענט?
-- און די נעשאָמע אויך. אָן דער נעשאָמע האָבן די הענט קיין ישום װוערט ניט.
-- עפּעס האָסטו אָנגעהױבן רעדן... קימאט װי מירטשע.
-- בא מירטשען איז דאָ װאָס צו לערנען זיך.
-- ע, בערולא...
נאָר װי האָט טאָדאָר געקאָנט ארויסלייגן אלץ, װאָס לאָזט אים ניט שלאָפן דורך די נעכט? ביז איצט האָט זיך אים געדוכט, אז די וועלט גייט זיך מיט איר גאנג. און בא אים אין שטוב איז אויך אזוי װי עס דארף זײַן. און מיטאמאָל איז דער שאָלעם-באיס געבראָכן
41
געװאָרן. יעדער ווינקעלע איז פול מיט רויגעז, מיט אָנגעדרודלטקײַט. ער האָט גאָר קיינמאָל ניט געקלערט, אז בא אים מיט זײַן פראָזינען זאָלן אופקומען אזעלכע כלוקעדייעס, איבער וועלכע זיי װעלן אינגאנצן אופהערן צו רעדן. װי ער האָט פארשטאנען, איז פראַזינע גרייט געווען גיין אין קאָלװירט, און ניט דערפאר, װאָס ער איז איר אזוי צום הארצן, נאָר װײַל מירטשע... נאָר אויב וועגן קאָלװירט האָבן זיי פון מאָל צו מאָל זיך אויסגעטוישט מיט א פּאָר שטעכווערטלעך, אמאָל װי געפונען א פּשאָרע, און אמאָל פארקערט, איז געווען א זאך, וועגן וועלכער ריידן איז געווען ניט שײַעך. פראָזינע האָט אפילע ניט געװאָלט הערן וועגן דעם, אז מאריטשקע זאָל נעמען א באָכער פון א פרעמדן גלויבן. זאָל גאָט אָפּהיטן!
גראָד װעגן דעם האָט טאָדאָר מיט בערלען ניט געקאָנט זיך דורכשמועסן.
ער איז דאן געווען אזוי פארפּלאָנטערט אין זײַנע שפּארענישן מיט זיך אליין, אזוי אקשאָנעסדיק געזוכט אן אויסוועג, אז נאָך איצט, אין פיל יאָרן ארום, שוין אין טיפן עלטער, איבערדערציילנדיק אלץ, װאָס אים איז דאן אויסגעקומען איבערלעבן און איבערטראכטן, האָט ער געביסן די ליפּן פאר ווייטיק, װאָס ער האָט דאן פארשאפן פראַזינען אזויפיל אג- מעסנעפעש.
און מאריטשקע? מיסטאמע האָט זי געפילט צי זיך אָנגעשטױסן װעגן אלץ. דערפאר איז זי פארלאַפן דער מאמען אלע וועגן, אויסגעפילט אלע אירע שליכעסן, גרינגע און שווע- רע, אָנגענעמע און ניט אָנגענעמע. דאָס סאמע באליבטסטע שליכעס איז געווען צו מירטשען.
יעדן טאָג האָט פראָזינע איבערגעשיקט מיט איר פאר מירטשען א מיטיק. אזא מיטיק, עס זאָל אים סטײַען אויך אף הײַנטיקער וועטשערע און אף מאָרגעדיקן פרישט"ק. צוערשט האָט מירטשע געפּרוּווט אָפּזאָגן זיך, נאָר מאריטשקע האָט אים זייער געבעטן:
-- טוט ניט אָן דער מאמען קיין יעסורים. זי איז אזוי אויך... און כוץ דעם...
-- װאָס כוץ דעם?
-- איך טראָג אײַך אָפּ דעם מיטיק, מעג איך דאָ שוין זײַן ביז שפּעט אין אָװנט. זע איך זיך כאָטש מיט פײַװולען.
יענעם הארבסט האָט מען אין װערביווקע געפּראװעט א סאך פריילעכע כאסענעס. מירטשע איז געווען אף זיי דער גלאוונער מעכוטן, און עס האָט אים טאקע שטארק פאר- דראָסן, װאָס גראָד אָט דער שידעך איז געבליבן שטעקן. דורכשמועסן זיך מיט פראָזינען וועגן דעם איז אלציינס, װי שמועסן מיט טאָדאָרן וועגן קאָלװירט. נאָר מירטשע, װאָס האָט זיך געקליבן איבערבויען און באנײַען דאָס גאנצע לעבן, האָט ניט געקאַנט דערלאָזן, או אזא שיינע ליבע זאָל צעשטערט וװערן.
. זײַנען זי געזעסן אינדרײַען -- ער, פּײַװול און מאריטשקע. געזעסן, װי אין פיל אָװונטן, ביז שפּעט אין דער נאכט. אינעם גרויסן זאל פונעם געוועזענעם פּריצישן הויף, װאָס איז איצט געווען דער קלוב, האָט זיך שוין אָפּגעטומלט, אָפּגעטופּעט, אָפּגעזונגען און אָפּ- גערעדט וועגן אלץ, וועגן װאָס עס האָט זיך גערעדט יענעם אומפארגעסלעכן ווינטער. אינעם קליינעם צימערל פונעם דאָרפראט, װוּ עס האָט געברענט א פּיצינק לעמפּעלע און אין דער הרובע האָט געפלאקערט דאָס אויסגעטריקנטע האָלץ, איז געווען פול מיט ארומטאנצנדיקע שאָטנס, מיט ווארעמע דערמאַנונגען און שטילע טרוימען. די דערמאָנונגען האָבן געהערט בלויז מירטשען, די טרוימען זײַנען געווען שוטפעסדיקע. מעגלעך דערפאר, װאָס זיי זײַנען געווען ניט אינגאנצן קלאָר, זײַנען זיי געווען נאָך מער צוציענדיק.
מיסטאמע איז אין יענעם אָװנט גערעדט געװאָרן אזוינס, װאָס האָט געצװונגען מירטשעז ארויסבאקומען גאלינקעס בריוו און אויסדערציילן זיי פונעם אָנהײיב ביזן סאָף די געשיכטע פון זײַן ערשטער און איינציקער ליבע. ויאזוי איבערן בירגערקריג און איבער די באנדעס האָט ער זיך געמוזט צעשיידן מיט גאלינקען און ויָאזוי איבער דער פאשיסטישער איבער- קערעניש אין דײַטשלאנד האָט ער ניט געקאָנט קומען אין ראטנפארבאנד און זיך באגעגענען מיט איר. איז בא אים אויסגעקומען, אז אין דעם, װאָס ליבעס ווערן צעשטערט, איז שטענ- דיק שולדיק די קאָנטר-רעװאָליוציע, אלע פינצטערע קויכעס.
-- אָבער איצט?! -- האָט בא מאריטשקען זיך ארויסגעריסן אזוי, גלײַך אָט דער ;אָבער איצט" האָט די גאנצע צײַט זי געװאָרגן אין האלדז,
-- טאקע, וי זאָל זײַן איצט? -- האָט פײַוול איבערגעפרעגט פיל רויַקער און פעסט געדריקט מאריטשקעס האנט.
נאָר אין דער מינוט האָט מירטשע נאָך ניט געקאַנט קלאָר זאָגן, װי זאָל זײַן איצט. האָט ער אָנגעהױבן א ביסל פונדערװײַטנס:
42
-- אלע אומגליקן נעמען זיך דערפון, װאָס טאטעס ווילן ניט פארשטיין זייערע קין- דער. אָבער די קינדער -- דאָס איז דאָך דער נײַער דאָר! די נײַע צײַט! און ס איז שטענדיק אזוי: דאָס אלטע מיטן נײַעם הערן ניט אוף צו שלאָגן זיך. זיגן מוז דאָס נײַע. איין זאך איז קלאָר, פארן גליק דארף מען זיך שלאָגן!
דאָס איז געווען א ביסל צו װײַט פון דעם, װאָס זיי האָבן אָקאָרשט ארומגערעדט. סאיז געווען צו ברייט, צו פאראלגעמיינערט, און האָט מער געהאט א שײַכעס צו דער מענטשהײַט ביכלאל. אָבער פײַװול און מאריטשקע זײַנען איצט געווען שטארק פארנומען מיט זייערע אייגענע דײַגעס און ניט געקאַנט טראכטן וועגן דער גאנצער מענטשהײַט.
-- נאָר מיר װאָס זאָלן טאָן? --- האָט פײַוול געפרעגט.
-- איר זײַט דאָך ביידע קאָמיוגיסטן?
מירטשע האָט געמוזט שטעלן אָט די פראגע. דאָס, װאָס ער האָט זיך געקליבן זי אייצען, איז באשטאנען גראָד פון א צעשיידונג. זאָל זײַן א צײַטװײַליקע. איז אים שווער געווען ארויסזאָגן זײַן אייצע. אָבער קיין אנדער אויסוועג האָט ער ניט געזען. אזוי האָט ער טאקע זיי געזאָגט:
-- קיין אנדער אויסוועג זע איך ניט, -- האָט ער װי געבעטן אנטשולדיקונג פאר זײַן צו הארבע אייצע, -- נאָר דו, פײַװל, מוזט אװעקפאָרן אף א קורצער צײַט. אף זײיער א קורצער צײַט. קיין אנדער בריירע איז ניטאָ. אין עטלעכע טעג ארום דארף אונדזער ראיאָן אָפּשיקן א גרופּע קאָמיוגיסטן קיין דאָנבאס אף די בויונגען פון נײַע שאכטעס. און דו ביסט דאָך א שמיד, װעסטו אוואדע צוניץ קומען. און אז דו װעסט זיך אײַנאָרדענען, אַנהײבן גוט פארדינען, באקומען א צימער, װעסטו אָנשרײַבן, און מאריטשקע װעט גלײַך ארױיספאָרן צו דיר. און דאָרטן, אף דער גרויסער אוקראינע, איז אלץ אנדערש. עס גייט קיינעם ניט אָן קיין רעליגיעס, נאציעס. אבי מע איז א מענטש. די פארבינדונג -- בריוו, טעלעגראמעס, געלט, אלץ דורך מיר. מאסקים?
-- מאסקים, -- האָט פײַװל ארויסגערעדט, װי א שוװוּע, און א קוק געטאָן אף מא- ריטשקען.
-- מאסקים, -- האָט מאריטשקע איבערגעכאזערט און זיך צעכליפּעט.
בערל האָט אופגענומען די יעדיִע אָן איבעריקער באגײַסטערונג. ער האָט א ביסל זיך אָנגעשטױסן אין װאָס דאָ גייט, א ביסל ניט, און ניט געקאַנט באשטימען, צי מירטשעס אופטו איז א ריכטיקער. נאָר וויבאלד פײַוול זאָגט, אז מירטשע האָט אזוי געייצעט, איז דאָס ניט אף צו ענדערן און ניט אף איבערצוטראכטן. פרומע האָט טיף א זיפץ געטאַן דערפון, װאָס זי דארף זיך שיידן מיט איר בעניאָכידל, און אין זיך געדאנקט גאָט, װאָס אירע טפילעס זײַנען דערגאנגען צו אים און ער האָט צוגעטראכט אזוינס, אז פײַװל זאָל זיך שיידן מיט מאריטשקען. מיט דער צײַט װעט ער אינגאנצן פארגעסן אָן איר. פרומע האָט געגרייט פײַוולען אין װועג ארײַן מיט א באזונדער פיבער, אָפּגעטאָן אלץ אין אײַלעניש, װי מוירע געהאט, ער זאָל ניט איבערטראכטן צי עס זאָל ניט געשען אזוינס, װאָס זאָל אראָפּרײַסן זײַן רײַזע. פראָזינע האָט די יעדיע אופגענומען, װי די סאמע בעסטע בסורע, און אויך געווען גענייגט צו טראכטן, אז דאָ האָבן זיך ארײַנגעמישט זייערע געטער. זי איז גרייט געווען שוין אוועקלויפן צו פרומען איבערבעטן זיך, זאָגן איר, אז דער רויגעז איז אויס רויגעז, אז אלץ װעט זײַן, װי פריער, און זיי װעלן ווידער ווערן די בעסטע פרײַנט. נאָר עפּעס האָט זי אָפּ- געהאלטן דערפון. עפשער האָט זי זיך געשעמט, און עפשער געצווייפלט וי פרומע װעט דאָס אופנעמען. נאָר אין א פּאָר װאָכן ארום האָט זי קלוימערשט צופעליק באגעגנט פרומען און א פרעג געטאָן, גלײַך צווישן זי איז גאָרנישט ניט געשען:
-- פרומע, װאָס שרײַבט עפּעס אונדזער פּאווליק?
-- װאָס זאָל ער שרײַבן? זיי בויען דאָרטן, שאכטעס בויען זיי.
-- אז איר װעט אים שרײַבן, גיט אים איבער א גרוס פון מיר,
-- אדאנק. אוואדע װעל איך איבערגעבן.
אין איינעם א גאנצפרי איז פראָזינע אפילע ארײַנגעקומען צו פרומען מיט א קריגל מילך;
-י. ציר. ווייטט מײַן קו האָט זיך שוין אָפּנעקעלבט. קאָנסט װידער נעמען בא מיר מילך. איך װעל יעדן גאנצפרי איבערלאָזן פאר דיר.
-- א דאנק דיר, פראָזינע. כזועל קומען, אוואדע װעל איך קומען.
נאָר גראָד מאריטשקע האָט אָנגעהױבן אויסזען וי בארויגעז. כאָטש, אף װעמען? אף א מאמען קאַן מען דען זײַן בארויגעז? שפּעטער האָט פראָזינע באמערקט, אז דאָס איז ניט קיין רויגעז, נאָר א טרויער. א טיפער טרויער האָט ארויסגעקוקט פון מאריטשקעס אויגן.
43
-- װאָס איז מיט דיר, טאָכטערוניע? -- האָט פראָזינע אלץ געפרעגט בא איר. -- ביסט ניט געזונט?
-- פארװואָס דארף איך זײַן ניט געזונט?
-- װאָס זשע דען?
-- גאָרניט, מאמע, גאָרניט.
נאָר אָט דער , גאָרניט" איז זיך צעוואקסן װאָס א מאָל שטארקער. מאריטשקע אליין האָט אַנגעהױיבן מוירע האָבן פאר אים. זי האָט זיך געשראָקן פאר דער צײַט, װאָס זי מוז זײַן צעשיידט מיט פײַװולען, און זיך געשראָקן פאר דעם טאָג, ווען זי װעט דארפן אװעקפאָרן צו אים. זי האָט זיך געשראָקן פאר זיך אליין, צי װעט איר סטײַען מוט געהיים אװעקפאָרן פון די עלטערן און אָנטאָן זיי אזויפיל וייטיק. צײַטנװײַז האָט זי געװאָלט, אז דאָס זאָל געשען װאָס גיכער, לאנג ווארטן האָט זי פּאַשעט קיין קויעך ניט, און עס זײַנען געווען טעג, ווען זי האָט געװאָלט, עס זאָל קיינמאָל ניט געשען.
און ניט איין מאָל האָט זי שוין שפּעט אין דער נאכט זיך ארויסגעגאנװעט פון דער שטוב און אװעקגעלאָזט זיך צו די פיר ווערבעס. דער פרילינג איז געווען אין פולן בלי, אלץ ארום האָט געגרינט, די לאַנקע באם טײַך האָט געגלאנצט מיט א זײַדענעם גלאנץ, און זי, מאריטשקע, האָט געזען פאר זיך יענעם אָװנט, ווען דער גאנצער טאָל איז נאָך געלעגן אין טיפן ווינטער. זיי האָבן מיט פײַװלען געשפּאנט איבערן אײַנגעלעגערטן שניי און אלע- מאָל האָט אונטער זייערע פיס א קוואטשע געטאָן דאָס וואסער, װאָס האָט זיך וי געבעטן אפן אויבערפלאך. אזוי האָבן זי שװײַגנדיק געמאכט עטלעכע קרײַזן ארום די ווערבעס און איבערגעלאָזט נאָך זיך געדיכטע שפּורן פון פארגעלטע טריט.
-- אינגיכן װעט דאָס אלץ פארגאָסן וערן מיט פרילינגדיקע שטראָמען, -- האָט גע- זאָגט מאריטשקע, -- און פון אונדזערע שפּורן װעט קיין סימען ניט בלײַבן.
פײַװול האָט געפּרוװוט אױיסמײַדן אזא אומעטיקן שמועס בייס זייער געזעגעניש.
-- אָט, איך קלײַב זיך די גאנצע צײַט פרעגן בא דיר, ווען איך האָב דיך צום ערשטן מאָל א קוש געטאָן... האָסט אים געפילט, יענעם קוש?
מאריטשקע האָט א ציטער געטאָן און זיך פעסט צוגעטוליעט צו פײַוולען.
-- נאָך װי געפילט. ער האָט מיך וי אָפּגעבריט. איך פיל אים ביז הײַנט, יענעם םי
-- איז זאָל עס טאקע אזוי בלײַבן, מאריטשקע. און עס זאָל ניט אופהערן בריִען.
שפּאנט איצט מאריטשקע אָפט ארום די ווערבעס, זוכט די שפּורן פון זייערע האלב- פארשנייטע, האלב-וואסערדיקע טריט, און קאַן זיי ניט געפינען.
וועגן יענעם ברי דערמאָנט איר פײַוועלע אין יעדן בריוו. און זי ענטפערט אים מיט דעם זעלבן. און אלץ דורך מירטשען, וועמען זיי האָבן פארטרויט זייער ליבע, פארטרויט זייער גוירל. האָט זי אלעמאָל טײַנעס צו מירטשען. יעדן טאָג, ווען זי ברענגט אים דעם מיטיק, פרעגט זי:
-- ווען זשע, ווען זשע װעט ער מיך ארויסרופן?
-- אינגיכן, גאָר אינגיכן, -- טרייסט ער זי. -- זעסט דאָך, װאָס ער שרײַבט, -- כאָטש פון פײַװולס בריוו איז שווער געווען באשטימען, װען װעט דאָס פאָרקומען.
אזוי ביז איינעם א פרײַטיק.
וי שטענדיק, נאָך האלבן טאָג האָט מאריטשקע אװעקגעטראָגן דעם מיטיק אין דאָרפ- ראט. אָבער נאָך איידער זי האָט באוויזן ארויסשטעלן אלץ אפן טישל, האָט מירטשע זי ארומגעכאפּט און ראשיק א קוש געטאָן.
-- זעסט? -- האָט ער ארויסגערעדט א שמייכלענדיקער. -- אלץ איז אזוי, װי איך האָב אײַך צוגעזאָגט. אָט איז זײַן בריוו און אָט איז זײַן געלט פאר דיר. מאָרגן פיר איך דיך אָפּ צום צוג.
זי איז געשטאנען, מאריטשקע, אין הוילן פלאטער. דער בריוו האָט אונטערגעשפּרונגען אין אירע ציטערנדיקע הענט. זי האָט ניט געזען ארום זיך גאָרניט, און טרערן, טרערן האָבן אלץ גערונען פון אירע אויגן. זי האָט געקאַנט בלויז איבערכאזערן:
-- אָבער ויאזוי?
-- מאָרגן אין דער צײַט, ווען דו װעסט נעמען פאר מיר דעם מיטיק, פארכאפּ אלץן װאָס דוֹ דארפסט מיטנעמען מיט זיך. נו, א קליין קלומעקל אזא. װעלן מיר מיט דיר אָפּעסן און אוועקנאקן צום צוג.
-- און װאָס זאָל איך זאָגן דער מאמען?
44
-- זאָג איר, נו זאָג, אז דו גייסט אף א רעפּעטיציע פונעם כאָר, און אין אָװנט דארפט איר ארויסטרעטן אין קלוב.
דעם פרײַטיק איז מאריטשקע געקומען אהיים שפּעטער װי געוויינלעך. פראָזינע, װאָס האָט געווארט אף איר, האָט געפרעגט בארויגעזלעך:
-- װוּ ביסטו געווען אזוי שפּעט?
-- אף א רעפּעטיציע פונעם כאָר, -- האָט מאריטשקע גלײַך געלאָזט אין גאנג איר ליגן. -- מאָרגן טרעטן מיר ארויס אין קלוב.
א גאנצע נאכט איז זי ניט געשלאָפן. הונדערטער מאָל איבערגעטראכט אפסנײַ דאָס, װאָס איר שטייט פאָר, גרייט געווען זיך אָפּזאָגן פון אלץ. נאָר באגינען, ווען די מאמע איז אוועק אויסמעלקן די קו, איז זי אראָפּגעשפּרונגען פונעם געלעגער און אפגיך צונויפגענו- מען איר קלומעקל. דערנאָך האָט זי די גאנצע צײַט ביזן מיטיק ארומגעטאנצט ארום דער מאמען א פריילעך-אופגערודערטע. פראַזינע האָט ניט אופגעהערט שטױינען, און געװען צופרידן דערפון, װאָס מאריטשקע האָט זיך ענדלעך באפרײַט פון איר מאָרעשכױירע. סזועט אוועק א שטיקל צײַט און זי װעט מיט גאָטס הילף אינגאנצן פארגעסן אין איר פײַוולען.
אײַנגעפּאקעװעט פארן ברודער דעם מיטיק, און באמערקט, װי מאריטשקע האָט א כאפּ געטאָן עפּעס א קלומע , האָט זי אָן שום כשאד א פרעג געטאַן:
-- װאָס איז דאָס בא דיר?
-- מיר טרעטן הײַנט ארויס אין קלוב, נעם איך מיט אף איבערטאָן זיך,
-- וועסטו הײַנט װוידער קומען נאָך האלבער נאכט?
-- נאָר שפּעטער, מאמע, נאָך שפּעטער.
א זאָג געטאָן און גלײַך אװועקגעלאַפן, זי האָט שטארק מוירע געהאט אז אין דער לֶעצ- טער מינוט זאָל עפּעס ניט געשען.
צום טשערנאָוויצער צוג האָבן זי זיך דערקליבן גאנץ גיך. מירטשע האָט באצײַטנס באזאָרגט א מיליטערישע מאשין, װאָס איז געפאָרן אין יענער ריכטונג. דעם גאנצן וועג, דערנאָך אויך אף דער סטאנציע, ביזן געזעגענען זיך, האָט ער ניט אופגעהערט אונטערמון- טערן זי און אײַנכאזערן מיט איר, וי זי דארף זיך אופירן.
-- װעסט קומען קיין קיעוו און נעמען א בילעט קיין סטאלינאָ, זאָלסטו גלײַך אים געבן א טעלעגראם, אָנװײַזן דעם נומער פונעם צוג און פונעם וואגאָן. װועסט זיך נאָר בא- װײַזן אף די טרעפּלעך, װעט ער דיך גלײַך אונטערכאפּן,
מירטשע האָט אויך באוויזן איבערכאזערן זײַן דעוויז:
-- פארן גליק דארף מען זיך שלאָגן!
א גאנצע נאכט האָט געגאָסן א רעגן. א ראשיקער זומערדיקער רעגן, װאָס האָט ניט אופגעהערט קלאפּן אין די דעכער און פּויקן אין די פענצטער. טאָדאָר איז געשלאָפן מיט א מידן שלאָף פון אן איבערגעהאָרעוועטן מענטשן, אנשלאָפן געװאָרן מיט א רויִקן געדאנק, אז מאָרגן איז זונטיק און מע דארף ניט אופשטיין אזוי פרי. פראָזינע איז געלעגן מיט אָפענע אויגן ביז האלבער נאכט. ניט דערווארט זיך אף מאריטשקען, א טראכט געטאַן דערבײַ, אז אין אזא רעגן װעט זי זיך ניט לאָזן איבער דער קלאדקע און בעסער איבערנעכטיקן בא א כאווערטע, איז זי אויך אנשלאָפן געװאָרן, א פארוויגטע פונעם רעגן, און זיך אופגעכאפּט, ווען אין דרויסן האָט שוין געטאָגט. דער הימל איז געווען לויטער, אָן א מינדסט כמארעלע, און דורך דעם צעעפנטן פענצטערל האָט א שמעק געטאָן מיט פּײַכטן גראָז. פראָזינען איז געווען א ביסל קאָשע, װאָס מאריטשקע איז ביז איצט ניט געקומען, נאָר זי האָט פאר דעם אויך געפונען א טערעץ, אָנגעזונגען און אָנגעטאנצט זיך, שלאָפן איצט די מיידלעך מיט א טיפן שלאָף. האָט זי א נעם געטאָן איר שאלכל, פאנאנדערגעוויקלט עס, געקליבן זיך ארופלייגן עס אף די פּלײצעס, נאָר אין דער מינוט איז פון דעם ארויסגעפאלן א פּאפּירל, אופגעהויבן עס און איבערגעלייענט די ערשטער ווערטער, האָט זי א קוויטשע געטאָן:
-- אוי, א דונער האָט מיך געטראָפן!
זי איז צוגעלאָפן צו טאָדאָרן און א טרייסל געטאָן אים פאר די אקסלען.
-- שטיי אוף, גיכער! זע נאָר, װאָס מאריטשקע... -- װאָס מאריטשקע, װאָס מאריטשקע? -- האָט טאָדאָר איבערגעפרעגט א פארשלאָ- פענער.
-- נא, לייען!
אָן איבעריקן כיישעק האָט טאָדאָר זיך אופגעהויבן פונעם געלעגער, א פּאָר מאָל א רײַב געטאָן די אויגן און אײַנגעגראָבן זיך מיט זי אינעם פּאפּירל,
49
-- טאטע, מאמע, -- האָט ער פּאמעלעך ארויסגעלייענט, -- זײַט ניט בייז אף מיר. איך בין אוועק אהין, װוּהין מײַן הארץ רופט מיך.
-- ס'איז ער! סאיז זי סאיז זיי! דײַנע גוטע פרײַנט!
-- װער זי? ער זיי? וועלכע פרײַנט?
נאָר פראָזינע איז שוין אין שטוב ניט געווען. ארופגעװאָרפן דאָס שאלכל אף דעם ניט- צוגעקעמטן קאָפּ, א באָרװעסע, אװעקגעיאָגט איבערן אָנגערעגנטן טאָל, קימאט אריבערגע- שפּרונגען איבער דער קלאדקע און אוועק מיטן וועלדל, װוּ די ערד האָט אויסגעזען װי א שיטערע ראַשטשינע. א פארשפּריצטע פון קאָפּ ביז די פיס מיט בלאָטיקע טראָפּנס, איז זי ארײַנגעלאָפן אין הויף, װוּ פרומע האָט זיך געפּאָרעט לעם דער קוזניע מיט א בעזעם אין דער האנט. צוגעלאָפן צו איר, האָט פּראָזינע זיך אײַנגעקלאמערט מיט די הענט אין אירע אקסלען, האסטיק זי א קערעווע געטאָן מיטן פּאָנעם צו זיך און מיט ביידע הענט א כאפּ געטאַן פאר די האָר.
-- סאיז דו! סאיז איר! אײַער גאָט! מיט אײַערע כיטרע שפּיצלעך!
פרומע איז געשטאנען א ציטערנדיקע מיטן בעזעם אין דער האנט, געפאָכעט מיט אים, גלײַך געטריבן פון זיך די היץ. סהאָבן זי איבערגעשראָקן ניט אזוי פּראָזינעס זידלערײַען, וי פראַזינע אליין. א בייזע, מיט אויגן וי אָנגעגאָסן מיט בלוט, מיטאמאָל א פארעלטערטע.
-- גאָט איז מיט דיר, פּראָזינע, װאָס רעדסטו? ביסט בא די געדאנקען?
-- איך? -- האָט פראָזינע נאָך העכער זיך צעגוואלדעוועט. -- איך בין בא די געדאנ- קען. אַבער איר! אונדז אלעמען איבערגעכיטרעוועט. איר, מיט אײַער גאָט. װוּהין האָט איר אהינגעטאָן מײַן מאריטשקען?
פראָזינע האָט גאָך אלץ געהאלטן אײַנגעקלאמערט די הענט אין פרומעס צעפּאטלטע האָר, געפּרוּווט זי מיטשלעפּן מיט זיך. פרומע האָט א װאָרף געטאָן דעם בעזעם, אַנגענומען פראָזינען פאר די עלנבויגנס, געפּרוװוט לינדערן דאָס שלעפּעניש. אזוי זײַנען זי געשטאנען, אײַנגעקלאמערט איינע אין דער אנדערער, פראָזינע האָט ניט אופגעהערט צו גוואלדעווען:
-- װוּ איז מײַן מאריטשקע? װוּ איז דײַן מאמזערל? גיב מיר שוין זײַן אדרעס. צופוס װעל איך אוועק. אונטער דער ערד װעל איך זיי אָפּזוכן!
דער ערשטער איז ארויס אף אָט דעם בייזווונדער בערל און געבליבן שטיין א געפּלעפ- טער. דאָ איז אָנגעלאָפן טאָדאָר. אויך א באָרװעסער, אויך א פארשפּריצטער פונעם קאָפּ ביז די פיס. און אין דער זעלבער מינוט האָבן אלע דערזען מירטשען. ער איז ניט געלאָפן, גע- גאנגען פּאמעלעך, ביז גאָר פּאמעלעך. װי א כאָלעש, װאָס שלעפּט קוים די פיס. אָפּגעלאָזט פרומען, איז פראָזינע אָנגעפאלן אף אים.
-- אָט איז ער! קוקט אים אָן, דעם שיינעם ברודער מײַנעם. דאָס איז דײַן שטיקל ארבעט? א דונער אף דיר! זאָג, װווּהין האָסטו אהינגעטאָן מאריטשקען?
מירטשע איז געשטאנען א בלייכער, שווער 'געסאָפּעט, געקליבן זיך עפּעס זאָגן, נאָר ס'האָט אים פארהאקט דעם אָטעם.
-- אָט, איר זעט? ער מאכט זיך גאָר טאמעוואטע. נו, זאָג שוין! -- האָט פראָזינע ניט אופגעהערט צו שרײַען.
-- מע האָט מיר נאָרװאָס געקלונגען פון ראיאָן.. -- האָט מירטשע קוים ארויסגע- רעדט.
-- װער האָט געקלונגען, וועגן וועמען געקלונגען? -- האָט פּראָזינע ניט געלאָזט אים רעדן װײַטער, -- וועגן מאריטשקען? זי איז דאָרטן?
מירטשע האָט פּאמעלעך, מיט גרויסער אָנשטרענגונג ארויסגעצויגן פון זיך יעדעס װאָרט:
-- די דײַטשישע פאשיסטן זײַנען אָנגעפאלן אף אונדז. עס גײיען בלוטיקע שלאכטן אף אונדזערע גרענעצן. די דײַטשישע אוויאציע האָט באָמבירט קיעוו, אָדעס, סעוואסטאָפּאָל...
-- אוי, גאָטעניו! -- האָבן אין איין קאָל אויסגעשריגן פראָזינע און פרומע און צוד געפאלן איינע צו דער אנדערער מיט א געיאָמער.
אזוי זײַנען זײ א שטיקל צײַט געשטאנען ארומגענומענע, די בארויגעזע מעכוטאַנים.
הויך אין הימל האָבן זיך באוויזן עטלעכע דײַטשישע אעראָפּלאנען, זיך אראָפּגעלאָזט אלץ נידעריקער. זייער אומגעוויינלעכע ברומערײַ איז געװאָרן שטארקער, פארטויבנדיקער און איבער דער ערד האָבן װי העסלעכע סטראשידלעס זיך אויסגעצויגן זייערע לענגלעכע שאָטנס. דער גאנצער ארום איז מיטאמאָל פארטונקלט געװאָרן, גלײַך געדיכטע כמארעס האָבן פארשטעלט מיט זיך די זון.
סאָף פון ערשטן טייל
35*
יי יל ייר דעל ר יאליע
מוישע לאַיעוװ
דאָס לעצטע שװעבעלע
1
אכט זײַנען מיר געווען. אכט סטודענטן -- ארויסלאָזניקעס פון דעם ייִדישן אָפּטײל פונעם קיעװוער טעאטראלן אינסטיטוט. נאָך דעם צוויי-און-צוואנציקסטן יון פון איין-און- פערציקסטן יאָר זײַנען מיר געווען שוין אכט רויטארמייער.
דער מאיאָר סניעגיריאָוו, וועלכער האָט אופגענומען אונדזער גרופּע, האָט ביטער א שמייכל געטאָן:
-- א פײַנע קאָמאנדע. כאָטש שטעל זיך שפּילן טעאטער...
ניט באוויזן אפילע זיך רעכט אויסלערנען שיסן, זײַנען מיר ארײַן אין שלאכט.
געווען איז דאָס דעם ערשטן סענטיאבער. מיט א טאָג פריער האָט עס אונדז צעװאָרפן אין פארשיידענע ערטער. מיך האָט מען געשיקט באגלייטן א הארמאט צו דער פאָדערשטער ליניע, און דאָרט בין איך שוין פארבליבן. אף א פּאפּשוי-פעלד, װאָס האָט זיך אָנגעהויבן גלײַך הינטער די פּויערישע גערטנער, האָבן מיר האסטיק אָנגעהויבן גראָבן טראנשייען. ס'איז צוגעפאלן די נאכט, נאָר דער סוינע האָט זיך ניט באוויזן. דערװײַל האָט מען מיך אָפּגעשיקט אין דאָרף, װוּ עס געפינט זיך דער שטאב, כזאָל באקומען פאר אלעמען סוכארעס. ניט באוויזן צוקומען צו דער שול, װוּ דער שטאב האָט זיך געפונען, האָב איך דערזען, אז עס לויפן מיר אנטקעגן די זיבן אנדערע כאוויירים מײַנע. -- װוּהין ביסטו אהינגעקומען? -- פרעגן זיי. -- אין באטאליאָן בין איך... -- בעט דעם סטארשינא, ער זאָל דיך איבערלאָזן בא אונדז, װעלן מיר זײַן איניינעם. נאָר װענדן זיך צום סטארשינא איז קיין צײַט ניט געװען. איבערגעבנדיק די סוכא- רעס, האָט ער א קאָמאנדעווע געטאַן: -- שנעל צוריק! אָנגעוואלגערט אף די אקסלען א פּאפּירן זעקל מיט סוכארעס, בין איך טייקעף אוועק צוריק אפן פּאפּשױי-פעלד. װער האָט געקאַנט וויסן, אז איך האָב דאן געזען זיך מיט מײַנע אינסטיטוט-כאוויירים דאָס לעצטע מאַל? קאיאַר האָט זיך אַנגעהױבן מײַן ערשטע שלאכט. ארום און ארום הילכט און דונערט, מינעס װאַיען, סנאריאדן פּײַפן, א מאבל טראסירן- דיקע קוילן באלײַכט דעם האָריזאָנט. אלץ ארום ברענט און פלאקערט.
לויט דער קאָמאנדע פון אונדזער קאָמאנדיר, נאָך א שלעפעריקער, איניינעם מיט מײַנע שכיינים, קלעטער איך ארויס פון דעם אַקאָפּ און טו זיך א לאָז פאָרויס. איך לויף, איך שיס און ווייס אליין ניט, אף וועלכער װעלט איך בין. דאָס פּאפּשוי-פעלד ענדיקט זיך, װײַטער ציט זיך א פעלד פון פרישער סטערניע. רויטארמייער ארום מיר אלץ װײיניקער, ערגעץ קרעכצן פארווונדעטע, הינטער מײַן פּלײצע בלײַבן ליגן דערהארגעטע. איך אָבער לויף און לויף. איך באמערק ניט, אז די שלאכט איז שוין אױיסגעלאָשן געװאָרן,
פון אונטער איינער א סקירדע באװײַזט זיך א מענטש אין א גרויער אוניפאָרם. מיר איז אפן זינען ניט געקומען, אז דאָס איז א דײַטש, אן עמעסער דײַטש. מיר דוכט זיך, אז
47
אלץ, װאָס קומט הײַנט פאָר, איז ניט מער, וי א שפּיל, און אז איינער פון מײַנע כאוויירים פילט אויס די ראָל פון א פאשיסט: אָט באלד װעט די לעפּישע פאָרשטעלונג זיך ענדיקז און אלץ וועט װוידער זײַן וי געווען.
איך מאך נאָך א פּאָר טריט, נאָר פון אונטער דער סקירדע באװײַזן זיך נאָך עטלעכע דײַטשן. דערזען ניט װײַט א גרוב פון א באָמבע, שפּרינג איך ארײַן אהין, כ'מיין זיך דאָ אויסבאהאלטן. ניט באוויזן זיך א קער צו טאָן -- באם ראנד פון דער גרוב שטייט שין א דײַטש.
-- הענדע האָך! -- שטעלט ער אָן אף מיר זײַן אווטאָמאט.
אזוי פאל איך ארײַן אין געפענקעניש. לעפּיש, פארדריסלעך, אומפאראנטװאָרטלעך. שפּעטער, דערמאָנענדיק זיך אין אָט דער שרעקלעכער מינוט, װעל איך ניט איין מאָל פרעגן בא זיך: פארװאָס האָב איך דאן ניט אױסגעשאָסן אינעם דײַטש און אין זיך אליין אויך? קיינ- מאָל האָב איך זיך עס ניט פארגעבן, ניט געקאָנט מויכל זײַן.
2
מע טרײַבט אונדז בארג-אראָפּ, דערנאָך פארקערעווען מיר אף א ברייטן שליאך. מיר, געפאנגענע רויטארמייער, גייען מיט אראָפּגעלאַזטע קעפּ, יעדערער פארטיפט אין זײַנע שווערע מאכשאָװעס.
מיטאמאָל באװײַזן זיך אין הימל צוויי פארניכטלער. בלויז צוויי, נאָר אונדז װערט פריילעכער אפן הארצן. מיר פארײַסן די קעפּ ארוף, פול מיט האָפענונג: עפשער װעלן זײ אונדז אויסלייזן? נאָר קיין רעטונג ברענגען זי אונדז ניט. איך באװײַז בלויז, בייס דער בעהאָלע, פארבאהאלטן אין גראָז מײַנע דאָקומענטן, מײַן ייִכעס...
דערנאָך שלעפּן מיר זיך בארג-ארוף. דאָרטן, אין א זײַט, שטייט א גאנצע באטארייע דײַטשישע מינענווארפערס און האלטן אין איין שיסן. דער קאָמאנדיר פון דער באטארייע באפעלט אונדזערע קאָנװאָיָרן זיך פארהאלטן. עס זײַנען פאראן געהארגעטע און פארװווּנ- דעטע, דארף מען זיי אָפּטראָגן װײַטער פונעם שלאכטפעלד. אוועקגעלייגט די הארוגים אף צונויפגעבונדענע דרענגלעך, לאָזן מיר זיך גיין װײַטער. דאָס דרענגל שנײַדט די אקסלען, גיין איז שװוער, מיר דערקלײַבן זיך קוים צו א דאָרף, װאָס איז אַנגעשטאָפּט מיט דײַטשישן מיליטער. צוגענומען בא אונדז די מייסים, פארטרײַבט מען אונדז אין שול-הויף. דאָ איז דער זאמלפּונקט פון די געפאנגענע רויטארמייער. אלע זיצן אפן גראָז, מע רייכערט, מע רעדט זיך דורך גאנץ שטיל, מע שפּירט נאָך נאָך די ארײַנגעקומענע דײַטשן. װאָס קלײַבן זי זיך מיט אונדז טאָן? צוויי דײַטשן באטראכטן אונדז גאנץ שטרענג. איינער פון זי נעמט טײַטלען אף מיר מיט די פינגער.
-- קאָמיסאר?
בגא -- ענטפער איך. -- א סאָלדאט בין איך.
-- טי יעסט קאָמיסאר! -- שרײַט ער אויס, טיטשענדיק מיטן פינגער אין קאָלנער פון מײַן גימנאסטיאָרקע.
ערשט דאן דערגייט צו מיר, פארװאָס ער האָט מיך אָנגענומען פאר א קאַמיסאר. דער קאָלנער פון מײַן גימנאסטיאַרקע איז אונטערגענייט מיט א װײַס צעלולאָיַד אונטערקעלנערל. ארויסגעראטעוועט האָבן מיך צװויי אומבאקאנטע רויטארמייער. זי באשטעטיקן, אז איך בין א פּאָשעטער סאָלדאט, טאקע פון זייער טייל, דערצו נאָך קימאט לאנדסלײַט. איינער פון זיי ציילעמט זיך דערבײַ אפילע לײַדנשאפטלעך איבער.
2
מיר דוכט זיך, אז דאָס איז געשען מיט טויזנט יאָר צוריק, ווען די װעלט איז געוען אן אנדערע און די מענטשן אוואדע און אוואדע. אינדערעמעסן איז עס פאָרגעקומען מיט א פּאר כאדאָשים צוריק.
.. א ווארעמער זומער-טאָג. פון גאנצפרי אָן רעפּעטירן מיר אונדזער דיפּלאָס-ספּעק- טאקל, שאָלעם-אלייכעמס , בלאָנדזנדע שטערן". מיטאמאָל עפנט זיך די טיר און עס קומט
5--06 48
ארײַן דער פארוואלטער פון דעם לערן-טייל איוואן ראָמאנאָװיטש פּיסקון. ער איז בלייך װי די וואנט. ער בעט אונדזער רעזשיסער סאמויל גריגאָריעװיטש נאָוואק ארײַנקומען מיט אים צום דירעקטאָר. זיי גייען אװועק, און מיר פּרוּװון פאָרזעצן די רעפּעטיציע. אָבער עס באקומט זיך גאָרניט. מיר פארשטייען: ס איז געשען עפּעס אויסערגעוויינלעכס. עפשער, כאַלילע, מיט זארעטשקען? מיט עטלעכע כאדאָשים צוריק איז נאָוואק ענדלעך געװאָרן א טאטע. און כאסענע געהאט האָט ער אויך גאנץ פּלוצעם. שטעלנדיק אין קיעװוער ייִדישן קינדער-טעא- טער שאָלעם-אלייכעמס , מאָטל פּייסי דעם כאזנס", האָט ער זיך פארליבט אין דער טאלאנט- פולער אקטריסע עלזא גורינאָווא, וועלכע האָט געשפּילט די ראָל פון מאָטעלען. איז עפשער עפּעס געשען מיט איר?
סאמויל גריגאָריעװיטש האָט זיך אומגעקערט אין א פערטל שאָ ארום. אים איז געווען ניט צו דערקענען. ער איז מיטאמאָל װי עלטער געװאָרן, ער האָט קוים אויסגעשטאמלט:
-- מילכאָמע... היטלער... אָנגעפאלן..
מיר האָבן זיך א װאָרף געטאָן צו די פענצטער און צעעפנט די שטאָרעס. אפן קרע- שטשאטיק בא די הויכריידערס איז געשטאנען א יאם מיט מענטשן. צי דען איז עס עמעס?
דערשיטערטע האָבן מיר געבלאָנדזעט איבער דער רוישנדיקער שטאָט. מיט אומעט גע- קוקט אף די שפּרײַזנדיקע מיליטערישע קאָלאָנעס, װאָס זײַנען געװען װײַט ניט ענלער אף די, וועלכע אונדז איז אויסגעקומען זען בייס די יאָמטעװדיקע פּאראדן. ערנסטע, שטרענגע סאָלדאטישע פּענעמער, אײַזערנע קאסקעס אף די קעפּ, פולע רוקזעק אף די פּלײיצעס, יאָגנ- דיקע מיליטערישע לאסטמאשינען, אומענדלעכע רייען הארמאטן. אין הימל -- אעראָפּלאנען.
גיין אין צוזאמענװוינונג איז ניט געווען קיין כיישעק. מיר האָבן זיך אומגעקערט אין אינסטיטוט. דאָ זײַנען שוין געשטאנען פיל סטודענטן און פּעדאגאָגן. פון זיך אליין איז אופגעקומען א מיטינג.
ס'האָט זיך געגלייבט, אז די מילכאָמע װעט זײַן ניט קיין לאנגדויערנדיקע. אינגיכן װעט מען דעם סוינע אָפּווארפן אף יענער זײַט גרענעץ, און היטלער װעט באקומען א מא- פּאָלע. די לאגע איז אָבער מיט יעדן טאָג געװאָרן אלץ שווערער. דער סוינע האַט אלץ אָפּטער באָמבירט קֵייעוו.
אין א פּאָר טעג ארום זײַנען מיר אוועק אין פּושטשע-װאָדיצע גראָבן קעגנטאנקען- טראנשייען. אומגעקערט האָבן מיר זיך דעם פינפטן יול. די שטאָט האָבן מיר ניט דערקענט. ארום און ארום איז געווען פול מיט מילכאָמע, פול מיט אָנוואקסנדיקער געפאר. ניט מיט טויזנט יאָר איז עס געשען -- מיט צוויי כאדאָשים צוריק?
פארנאכט האָט מען אונדז פארטריבן אין א קאָלווירטישער פערד-שטאל. איך האָב זיך פארוקט אין א ווינקעלע און כ'בין גלײַך אנשלאָפן געװאָרן. אופגעכאפּט האָב איך זיך פון א זעץ מיט א שטיוול, װאָס א דײַטש האָט מיר געגעבן אין דער פּלײיצע. און אָט זײַנען מיר שוין ווידער אף די פיס, אויסגעשטעלט אין א קאַלאַנע.
מע טרײַבט אונדז װײַטער, װוּהין, ווייסט קיינער ניט. גיין װוערט אלץ שוװערער, עס רײַבן ביז בלוט די אָנעטשעס, וועלכע איך האָב ביז הײַנט זיך ניט אויסגעלערנט פארוויק- לען. עס מוטשעט דער הונגער.
אזוי האָבן מיר זיך ארײַנגעצױגן אין א דאָרף. ארום די הײַזער, בא די פּלױטן שטייען פרויען, קינדער, זקיינים. זי קוקן אף אונדז מיט מיטלײַד, װישן די טרערן. פיל פרויען האָבן ארױיסגעטראָגן עמערס וואסער, טעפּ מיט קארטאָפל, סוכארעס. יעדערער פון אינדז טוט א כאפּ דאָס, װאָס ער באװײַזט. די קאָנװאָירן שרײַען אף אונדז, דראָען, ווארפן זיך אף אונדז מיט קלעפּ, נאָר דער הונגער איז שטארקער פון אלץ.
אין איינעם א דאָרף איז פון א שטוב ארױיסגעלאָפן א מיידעלע מיט א לעבל ברויט אין דער האנט. זי האָט געװאָלט דאָס איבערגעבן עמעצן פון אונדז, נאָר גלײַך האָט א קנאל געטאָן א שאָס. דאָס מיידעלע איז געפאלן אף דער ערד א פארבלוטיקטע, מיטן לעבל ברויט אין דער האנט.
שפּעטער האָט איינער פונעם דײַטשישן קאָנװאָי זיך ארופגעװאָרפן אף א געפאנגענעם און באפוילן אים אײיסטאָן זיך. עמעצער האָט געמאסערט, אז בא דעם געפאנגענעם איז דאַ א פארמעגן. האָט מען אים אױיסגעטאָן נאקעט און איבערגעטאפּט דאָס גאנצע אָנטאָן זײַנס. צערייצטע דערפון, װאָס קיין שום צירונג האָבן זיי ניט געפונען, האָבן זיי אים געמיימעסט אזוי, אז יענער האָט זיך שוין ניט געקאָנט אופהייבן.
דערנאַך האָט איינער אן אויסװוורף דערקענט צװישן אונדז זײַן געוועזענעם פּאָליטרוק.
49
ס'האָט געדויערט ניט לאנג. דעם פּאָליטרוק האָט מען אוועקגעפירט הינטער א גאראזש, באפוילן אים אליין אױיסגראָבן פאר זיך א גרוב און גלײַך אים דערשאָסן.
אזוי האָבן מיר ביסלעכװײַז זיך ארײַנגעצױגן אין דער שוידערלעכער רעאלקײַט און באקומען א גרונט יעדע שאָ, יעדע מינוט ווארטן אף א נײַער גזיירע.
שפּעט אין דער נאכט האָבן מיר זיר דערקליבן צו דער סטאנציע פּאווליש, ניט װײַט פון וועלכער ס'איז געשאפן געװאָרן א צײַטװײַליקער קאָנצלאגער.
באגינען האָט מען אונדז אויסגעשטעלט אין א קאָלאָנע, קעדיי אוועקפירן אף ארבעט. דערבײַ האָט דער שעף פון דער זאָנדערקאָמאנדע אויסגערופן;
-- ייִדן און קאָמיסארן ארויסגיין פאָרויס.
קיינער האָט זיך ניט גערירט פונעם אָרט.
איז געקומען א נײַע װאָרענונג.
-- װער עס װעט פרײַװיליק ניט ארויס, װעט דערשאָסן װערן, װי נאָר מע װעט אים דערקענען.
אָט איז ארויס איין ייִד, א צווייטער... מע זעט, װי דער טויט ליגט שוין בא זיי אפן פּאָנעם. װאָס טוט מען? דערבײַ דערמאָן איך זיך אזא זאך: אף דער קיעװער קינאַסטודיע האָט מען פאר דער מילכאָמע זיך געקליבן שטעלן א פילם אף א ייִדישער טעמע. איך בין געווען צװישן דער גרופּע סטודענטן, וועלכע מע האָט אָפּגעקליבן פארן פילם. נאָר דער רעזשיסער האָט מיך גלײַך פארבראקירט: , איר זײַט אבסאָליוט ניט ענלעך אף קיין ייִדן" -- האָט ער מיר געזאָגט. עפשער װעט מען מיך ניט דערקענען און סוועט דורכגיין?
שפּעטער האָט מען אונדז אוועקגעפירט צו דער אײַזנבאן-סטאנציע אריבערשלעפּן זעק מיט קאָק-סאגיז פון איין אָרט אפן צווייטן. קומט צו מיר צו א דײַטש פונעם קאָנװאָי, בא- טראכט מיך און פרעגט שטרענג:
-- נביסט א יודע?!
-- ניין, -- האָב איך געפּרוּווט דערווידערן. -- איך בין א רוס.
-- ביסט א יודע, א פארפלוכטער יודע! -- האָט ער בייז אויסגעשריגן. -- איך קען אײַך גוט, שמוציקע הינט!
און ער האָט גלײַך גענומען שלאָגן מיך מיט די פויסטן, מיט די פיס, מיט זײַן קעגנ- גאז-מאסקע, געשלאָגן מיט אלע קויכעס, ביז איך בין געבליבן ליגן א פארבלוטיקטער און א פארכאלעשטער. איך בין קוים דערנאָך געקומען צו-זיך.
דעם צווייטן גאנצפרי, וװען א דײַטש א בופלאקס האָט באפוילן די ייִדן זיך אײַנ- שפּאנען אין א װאָגן, אף וועלכן ס'איז געשטאנען א פאס מיט וואסער. אָנגעצויגן די לייצעס און גענומען זיי שמײַסן מיט דער בײַטש, האָב איך ניט אויסגעהאלטן און צוגעשטאנען צו דער פאדורטיילטער קאָמאנדע. איך בין נאָכגעגאנגען נאָכן װאָגן און געטראכט: אויב עס דארף געשען, איז זאָל עס געשען װאָס גיכער. איינער פון די רוסישע געפאנגענע, װאָס איז אויך נאָכגעגאנגען נאָכן װאָגן, האָט מיך שטיל געפרעגט:
-- און װאָס טוסטו דאָ?
-- איך בין דאָך אויך א... -- האָב איך אָנגעהויבן ארויסצושטאמלען.
דער באָכער האָט מיך ניט געלאָזט פארענדיקן. אָפּגעשלעפּט אין א זײַט, האָט ער מיר ארײַנגעזאָגט:
-- מע דארף ניט. שטארבן װעסטו נאָך באװײַזן. ביסט דאָך ניט ענלעך אף קיין יָדן.
-- די דײַטשן קאָנען זיך אָבער דערוויסן.
-- און אזוי איז. בעסער? -- טײַנעט ער מיט מיר, װי מיט א קליין קינד. -- אָט די אינעם שפּאן זײַנען דאָך שוין אלע פארורטיילטע.
-- װאַס זשע טוט מען? אָט האָב איך זיך שוין וי געמאָלדן.
-- וער האָט דען געזען און װער האָט געהערט? האלט זיך לעבן מיר. מיר װעלן שוין עפּעס צוטראכטן.
וואניע האָט ער געהייסן, -- וואניע דער װאָראָשילאָװוגראדער. ער האָט מיך געראטע- װועט, ווען איך בין שוין געשטאנען, קאָן מען זאָגן, באם סאמע ראנד. ער האָט מיך אונטער- געמונטערט, געהאָלפן מיט װאָס נאָר ער האָט געקענט, װי אן אייגענער ברודער. איר האָב זייער געװאַלט די גאנצע צײַט זיך האלטן לעבן אים, לעבן וואניען, נאָר...
אין עטלעכע טעג ארום האָט מען אונדז אלעמען ארײַנגעטריבן אין פראכט-וואגאָנען און אוועקגעפירט קיין קיראָװאָגראד. אין אָט דעם ראשיקן אָפּפאָר-טומל האָבן מיר פארלוירן איינער דעם צווייטן און מער שוין קיינמאָל זיך ניט געזען. צי איז ער לעבן געבליבן, מײַן טײַערער פרײַנט וואניע?
50
4
דער קיראָװאָגראדער לאגער פון קריגס-געפאנגענע האָט זיך געפונען קימאט אין צענ- טער פון דער שטאָט, װוּ ביז דער מילכאָמע האָט זיך באזירט א סאָוועטישער מיליטער-טייל. באם טויער פון לאגער האָט איינער פון דער וואך הויך און בייז אויסגעשריגן:
-- זשידעס און קאָמיסארן ארויסגיין פון דער קאָלאָנע!
איך האָב זיך ניט געמאָלדן.
דורכגעגאנגען דורך דעם קאָנטראָל-פּונקט, האָב איך זיך צונויפגעמישט מיט פיל אנ- דערע אזעלכע און אָנגעהױיבן ארומקוקן זיך.
דאָס איז געווען א גרויסער הויף, אן ארומגערינגלטער מיט א הױיכן פּלױט. אין אים זײַנען געווען עטלעכע קאזארמעס, א צװײשטאָקיקער מויער, װוּ ס'האָט זיך געפונען די לא- גער-קאנצעליאריע און די דײַטשישע זאָנדערקאָמאנדע, און נאָךר עטלעכע קלענערע גע- בײַדעס. אינמיטן הויף זײַנען געשטאנען עטלעכע קעסלען, אין וועלכע ס'האָט זיך געקאָכט א שיטערע בורדא פון צעפוילטע בורעקעס. נאָך אָט דער בורדא האָט זיך אויסגעשטעלט א לאנגע ריי. דאָ האָבן געפּאָראדקעװעט פארשיידענע לומפּן-עלעמענטן. אראָפּגענומען פון די הויזן די רימענס, האָבן זיי אומבעראכמאַנעסדיק געשלאָגן די הונגעריקע לאגערניקעס. אָפּגעטײלט פון אלע איבעריקע אין א זײַט, האָבן זיך געטוליעט צום פּלױט די ייִדן. בא זי האָט מען צוגענומען די מיליטערישע קליידער, איבערגעלאָזט אין קויטיק גרעט. פארוויקלטע אין קאָלערלײ שמאטעס, גייען זי באקומען די בורדא איין מאָל אין טאָג, אין דער לעצטער ריי. א סאך זײַנען שוין געשװאָלן פון הונגער, קוים װאָס מע האלט זיך אף די פיס. די פארווונדעטע און קראנקע באקומען ניט קיין שום מעדיצינישע הילף און גייען אויס װי די ליכט. די מערער געזונטע מוטשעט מען אף די שװערסטע און שמוציקסטע ארבעטן. זײ גראָבן טראנשייען פאר קלאָזעטן, רײניקן זי שטייען ביז די קני אין איפּעש. טוט עמעצער די ארבעט ניט אזוי פלײַסיק, שלאָגט מען אים מאקעס-רעצעך. אָפטמאָל ווארפט מען ארײַן א ייִד אין קלאָזעט, װוּ ער ווערט דערשטיקט.
די מערהײַט לאגערניקעס פילן מיט די ייִדן, ווארפן זיי אונטער א ביסל עסנווארג. נאָר דאָס איז זייער א קנאפּע הילף.
אין לאגער איז געװוען א ,מארק". אהין, אין א װײַטן װוינקל, פארקלײַבן זיך די, וועמען עס האָט זיך אײַנגעגעבן קריגן עפּעס דאן, ווען זי זײַנען געווען אף דער ארבעט אויסער דעם לאגער. אייניקע האָבן דאָס פאנאדערגעטיילט אומזיסט. געווען אָבער אויך פרעכע לײַט. וועלכע האָבן געפּרוווט באנעמען די הונגעריקע פון קאָפּ ביז די פיס, צוגענומען בא זיי דאָס לעצטע העמד פאר א פוילער קארטאָפליע.
אין יענע טעג איז קיראָװאָגראד געווען פול מיט דײַטשישן מיליטער. האָבן די סאָל- דאטן געזוכט פארװײַלונגען. איינע אזא פארװײַלונג איז געווען -- ארײַנקומען אין לאגער און אָן א פארװאָס נעמען שלאָגן די קריגס-געפאנגענע. מיך האָט מען אויך געשלאָגן. ניט די , געסט", נאָר די סאָלדאטן פון דער זאָנדערקאָמאנדע. יעדן טאָג האָט מען דאָ ארויסגע- געבן אַפּלאָז-שײַנען א געוויסע צאָל אוקראיַנער. האָב איך אויך באשטימט אױספּרוּװן דאָס מאזל. ס'איז שוין קימאט אָנגעקומען מײַן ריי, ווען פון דער קאנצעליאריע האָט זיך דער- הערט א הארצרײַסנדיקער געשריי. צוויי פּאָליצײַען האָבן ארוסגעשלעפּט פון דאָרטן א צעבלוטיקטן באַכער מיט שווארצע געקרײַזלטע האָר. ער האָט געהאלטן אין איין שרײַען, אז ער איז ניט קיין ייָד, נאָר די פּאָליצײַען האָבן ניט געלייגט אף דעם קיין אכט. זי האָבן אים געשלאָגן מיט די פיס, מיט די רימענס און אװעקגעשלעפּט אים צו די ייִדן.
אין מיר האָט אלץ װי אופגעזאָטן. איך האָב דערפילט דעם גאנצן גרויל, װאָס ווארט אף מיר, אויב מע װעט מיך דערקענען. איך בין גרייט געווען אנטלויפן, אָבער ס'איז שוין געווען שפּעט.
און אָט איז געקומען די מינוט, װען מע פירט אונזער גרופּע אפן צװוייטן שטאָק. איך פּרוּוו זיך נעמען אין די הענט, אָבער עס גיט זיך מיר ניט אײַן. מיר הייבט זיך אָן דוכטן, אז איך ווער װאָס א מאָל העכער, אז אלעמענס בליקן זײַנען געווענדט אף מיר, אז מע האָט מיך שוין דערקענט און מע שלעפּט מיך א פארבלוטיקטן אראָפּ פון די טרעפּ. איך האָב קוים דערהערט די פראגע פונעם קאנצעליאריסט:
-- אוקראיַנעץ? :
מיט א פארשטיקטער שטים שטאמל איך ארויס:
-- אוקראינעץ.
1
די קאָנטראָל-פּראָצעדור איז פארענדיקט. איך שטיי שוין באם טיש, װוּ מע שרײַבט אויס די אָפּלאָז-שײַנען. דאָ שפּרינגט אונטער אן אױיסװורף מיט א רימען אין דער האנט און שרײַט אויס:
-- דאָס איז א ייָד!
מיר הייבט אָן שווינדלען אין די אויגן. אָט-אָט װעל איך אומפאלן. אומדערווארט פאר זיך אליין, ענטפער איך אים קאטעגאָריש:
-- דו לײַגסט! איך בין אן אוקראינער!
און ער -- דער אױיסװוּרף, נאָך בייזער:
-- עך טי, זשידאָווסקאיא מאָרדא.
אף דעם האָט מען נאָר געווארט. מע האָט מיך גלײַך ארומגערינגלט, ארויסגעשטויסן אין קאָרידאָר און אָנגעהױבן שלאָגן. דערנאָך האָט מען מיך אװעקגעשלעפּט אהין, צו די א
ניט װײַט פון דער קאנצעליאריע זײַנען געזעסן עטלעכע סאָלדאטן פון דער זאַנדער- קאָמאנדע. דערזען, װי מע שלעפּט מיך א צענעריקטן, פרעגט אינער פון זי
-- דער איז אויך א יודע?
און ניט ווארטנדיק אף קיין ענטפער, נעמט ער ארויס פון דער קעשענע א שטיקל טע- לעפאָן-שנור, באפוילט מיר זיך שטעלן צו דער וואנט און הייבט אָן שלאָגן מיך מיטן דראָט איבערן קאָפּ. דער ווייטיק איז מעסוקן גרויס, מיר דוכט זיך, אז דער קאָפּ ווערט צעשפּאָלטן אף צווייען, נאָר איך זעץ פאָר שרײַען, אז איך בין אן עכטער אוקראינעץ.
איך האָב ניט באמערקט, װי עס איז צוגעקומען אן אלטער דײַטש אין א װײַסן קיטעל. די סאָלדאטן האָבן זיך אָפּגעשטעלט. אף זײַן פראגע, װאָס דאָ קומט פאָר, דערקלערן זיי, אז מע האָט געפּאקט א פארפלוכטן יודע, װאָס האָט געװאָלט באקומען אן אָפּלאָז-שײַן. בא- טראכט מיך פון אלע זײַטן, ווענדט זיך דער אָפיצער צו די סאָלדאטן:
-- און עפשער איז ער טאקע ניט קיין יודע? פירט אים אָפּ אין לאזארעט, זאָלן די דאָקטוירים פעסטשטעלן.
דער ,, לאזארעט" געפינט זיך אין איינער פון די קאזארמעס. אפן דיל, אף איפּעשדיקער שטרוי, ליגן אין א שרעקלעכער ענגשאפט פארווונדעטע און שווער-קראנקע. אויסגעצערטע, פארשווארצטע, הויט און ביין, וואלגערן זיי זיך, ארומגעבונדענע מיט קויטיקע שמאטעס. איי- ניקע האָבן פארלוירן דעם באװוּסטזײַן, אנדערע ציטערן פון צײַט צו צײַט אוף, שרײַען פון היץ, בעטן הילף. אָבער קיין הילף קומט ניט. ניטאָ קיין מעדיקאמענטן, ניטאָ קיין מארליע, ניטאָ קיין כירורגישע אינסטרומענטן. עטלעכע דאַקטוירים און מעדשװועסטער פון די קריגס- געפאנגענע סטארען זיך מיט אלע קויכעס לינדערן זייערע וייטיקן, ראטעווען די, וועמען מע קאָן נאָך ראטעווען. אָבער זייערע מעגלעכקײַטן זײַנען גאנץ קנאפּע. די דײַטשן פירן דאַ אָפט דורך סעלעקציע-אקציעס, , לייזנדיק" אזויארום דעם גוירל פון האָפענונגסלאַזע אין איין אויגנבליק.
אין אָט דעם , לאזארעט" האָט מען מיך עס געבראכט, קעדיי פּאסקענען: צי בין איך א דצ ציט.
דער הױפּט-דאָקטער -- א מענטש פון א יאָר פערציק, האָט געכאפּט א קוק אף מיר, ארײַנגעפירט צו זיך אין צימערל, באפוילן אראָפּלאָזן די הויזן און װידער גענומען מיר ארײַנקוקן אין די אויגן. געוויס האָט ער דערזען אין זיי אזוינס, פון װאָס ס'איז אים אליין דורך א גרויל איבערן לײַב. ניט לאנג טראכטנדיק, האָט ער געמאָלדן דעם סאָלדאט, װאָס האָט מיך געבראכט, אז איר בין ניט קיין ייִד. דער דײַטש האָט זיך אויסגעזידלט אין מיך אָפּגעפירט צום הויפּט-קאנצעליאריסט, איך זאָל באקומען אן אָפּלאָז-שײַן. דאָ איז װוידער ארײַן דער אױיסװוּרף מיטן רימען.
יאיך גיב דעם קאָפּ, אויב ער איז ניט קיין יודע! -- האָט ער אויסגעשריגן. -- און דער דאָקטער איז געוויס א באָלשעװיק.
פירט מען מיך ווידער אװועק אין לאזארעט, דער דאָקטער זאָל שריפטלעך באשטעטיקן זײַן אויספיר. דער גוטער דאָקטער איז אָבער ערגעץ אװעק, און די צוויי אנדערע האָבן מוירע געהאט נעמען אף זיך אזא פאראנטװאָרטלעכקײַט. לאָזט מיך דער דײַטש איבער אין ;לאזארעט", און אליין יאָגט ער אװעק צום מיטיק. ווען סוועט זיך אומקערן דער הױיפּט- דאָקטער, װעט ענדגילטיק געלייזט ווערן מײַן גוירל. איך לאָז זיך ניט ווארטן. איך רוק זיך פּאמעלעך ארויס פונעם , לאזארעט" און פארקלײַב זיך אין א פארװאָרפן ווינקעלע פונעם הויף. דאָ קאָן מען א ביסל אָפּעטעמען און באטראכטן, װאָס צו טאַן.
גק
עס פאלט צו די נאכט. די צײַט, ווען מע עפנט די טירן פון די קאזארמעס און פיל מענטשן, איבערגעהאָרעוועטע און איבערגעפרוירענע, רײַסן זיך ארײַן אהין פארקילטע און הוסטנדיקע. אָבער אלעמען קאָנען די קאזארמעס ניט ארײַנעמען. איז איינס פון די ביידע: אָדער בלײַבן אין דרויסן און ציטערן א גאנצע נאכט פון קעלט, אָדער ארופקלעטערן אפן בוידעם. די דײַטשן האָבן דאָס שטרענג פארווערט, זיי שיסן אָפט איבער די בוידעמער, נאָר דאָס שרעקט ניט אָפּ,
מיר ליגן אפן בוידעם, צוגעפּרעסט איינער צום אנדערן. מײַנע נאַענטע שכיינים שוש- קען זיך, און איך כאפּ אוף עטלעכע ווערטער: ,מאָרגן װעט מען אָפּקלײַבן אף באשטענדיקער ארבעט אויסערן לאגער. די קאָלאַנע װעט זיך פאָרמירן בא דעם זײַטיקן טויער". עפשער זאָל איך אויך פּרוּוון?
פארטאָג בין איך שוין באם זײַטיקן טויער. לאָזט זיך אויס, אז דעם סאָד האָבן געװוסט פיל קריגס-געפאנגענע. דאָך איז מיר געלונגען ארײַנשטופּן זיך אין דער , גליקלעכער" קאַ- לאָנע.
אפן פארוואקסענעם פּלאץ פון יענער זײַט טויער האָט מען ארויסגעפירט צו הונדערט מאן. דאָרטן האָבן אף אונדז געווארט קוינים" -- פאָרשטייער פון די געזעלשאפטלעכע הויפן (אזוי האָבן די דײַטשן אָנגערופן די געוועזענע קאַלװירטן). דורכגעפירט די נייטיקע פאָרמאליטעטן, האָט יעדערער' פון זי באקומען א געהעריקע צאָל קריגס-געפאנגענע. אלס באגלייטער האָט מען צוגעגעבן עטלעכע פּאָליצײַען מיט װײַסע בענדלעך אף די ארבל.
ענדלעך, לאָזן מיר זיך אין װעג. איך אָטעם א ביסל פרײַער. די לאגער-מאטערנישן זײַנען, דוכט זיך, פארבליבן פון יענער זײַט פּארקן. װאָס װעט זײַן װײַטער?
ט
מע פירט אונדז קיין נאָװאָפּאװלאָװקע. דאָס דאָרף געפינט זיך צװועלף קילאָמעטער פון קיראָװאָגראד. שפּאנענדיק דורך דער שטאָט, האלט איך זיך אין איין ארומקוקן. איך זוך א ייִדיש פּאָנעם. יאָ, זי זײַנען נאָך דאָ. אָט זיצט אף א גאנעק א יונגע פרוי אין א זומערדיקן מאנטל און לעבן איר שפּילט זיך א קליין ייִנגעלע. אָט גייט אונדז אנטקעגן א באיאָרטער מאן מיט א רוקזעקל אף די פּלײצעס. זיי ווייסן נאָך ניט, אז אין א פּאַר װאַכן ארום װעט מען זיי, צוזאמען מיט נאָך פיר טויזנט קיראָװאָגראדער ייִדן, אװעקטרײַבן צו די גריבער.
אף די ווענט פון די הײַזער הענגען נאָך רעשטלעך פון סאָוועטישע אנטיפאשיסטישע פּלאקאטן. אף איינעם פון זיי איז אָנגעמאָלט היטלערס אויסגעקרימטער פּארצעף מיט א בײי- סיקן אונטערשריפט. נאָר דערװײַל איז שלעכט. מע זאָגט, אז דער דײַטש רײַסט זיך צו מאָסקװע. און עפשער איז דאָס א ליגן?
מיר דערנעענטערן זיך צו נאָװאָפּאװלאָװקע. די ערשטע באגעגענען אונדז קינדער. אונדזער באגלייטער, דער פאָרזיצער פונעם אָרטיקן געזעלשאפטלעכן הויף איוואן פעדאָטאַ- וויטש סאָסאָװו הייסט זיי לויפן צוריק און מעלדן וועגן אונדזער אָנקום. זאָל מען אפן װיהאָן ארױסטראָגן עסנווארג. האָט מען אינגיכן אָנגעהױבן ארױיסטראָגן װער א לעבל ברויט, װער א טאָפּ קארטאָפל, וער א קריגל מילך. ווען אלץ איז געווען אופגעגעסן און אויסגעטרונקען, האָבן מיר דערזען פאר זיך קימאט דאָס גאנצע דאָרף. פרויען האָבן געװוישט די טרערן, קינדער האָבן זיך געטוליעט צו די מאמעס, אלטע לײַט האָבן מיט ביטערער אקשאַנעס גע- סמאליעט א ציגאר. מיר הייבט זיך אָן דוכטן, אז דאָס בייזע איז שוין פארבײַ. מיר געפינען זיך צװישן אייגענע, נאָר דאָ באװײַזט זיך א שיקערע כעװרײַע, בעראָש מיטן סטאראָסטע, און מיר ווערט קלאָר, אז ס'איז װײַט ניט אזוי,
דער שיקערער סטאראָסטע נעמט מוסערן סאָסאָון;
-- מע האָט זיך דאָך צונויפגערעדט, אז אונדזער דאָרף נעמט ניט קיין קריגס-געפאנ- גענע, פאראן גענוג אייגענע הענט. װי װעלן מיר קאָנען האָדעװען אזא כאָפּטע?
סאָסאָװו פּרוּווט דערװוידערן. פאראן נאָך גענוג פעלד-ארבעט. כוץ אלעמען, זײַנען דאָס דאָך אונדזערע מענטשן. מע דארף זיי ראטעווען.
דער סטאראָסטע פארקרימט זיך;
-- װער זײַנען דאָס אונדזערע מענטשן? אָט די-אָ? און עפשער זײַנען צוישן זיי פאראן אויך קאָמוניסטן?
באלד װעט ער געוויס פרעגן וועגן די זשידעס. נאָר ער פרעגט מער גאָרניט. ער טוט א מאך מיט דער האנט און טראָגט זיך גלײַך אָפּ צוזאמען מיט זײַן שיקערער כעװרײַע.
3
סאָסאָוו בארויִקט אונדז. מע דארף ניט לייגן אף אים קיין אכט. ער װעט זיך אויס- שלאָפן, װעט ער װערן אן אנדערער. ער װיל בלויז װײַזן, אז דאָ אין דאָרף איז ער דער גלאוונער נאטשאלניק.
פון װאָס זשע הייבט מען אָן?
דאָס ערשטע פעדעמל, פאר וװעלכן איך האָב זיך אָנגעכאפּט, איז געווען סאָסאָו. איך האָב געפילט, אז ער איז אן אונדזעריקער. ער האָט גלײַך געהייסן דעם קלאדאָװשטשיק ניט זשאלעווען פאר אונדז קיין ווייץ אף קאשע, געהאָלפן אָפּרעמאַנטירן די געבײַדע פון דער אָנפאנג -שול, אין וועלכער מיר האָבן געװוינט, צונויפגענומען פאר אונדז א ביסל קליי- דונג. און אײינמאָל, ווען עמעצער פון אונדז האָט צו פּלײַסיק געארבעט, האָט ער א זאָג געטאָן וי אין א שפּאס:
-- אײַלט פּאמעלעך.
האָב איך שוין קיין מוירע ניט געהאט א פרעג טאָן, װאָס הערט זיך אפן פראָנט! ער האָט מיך באטראכט לאנג און דערנאָך געענטפערט מיט א שווערן זיפץ:
-- ניט גוט, ברודערקע. דער דײַטש איז שוין לעבן מאָסקװע.
-- איר האָט אליין געהערט? -- האָב איך געפרעגט מיט הארצקלאפּעניש.
--- וויָאזוי? די דײַטשן האָבן צוגענומען אלע ראדיאָ-אופנעמערס.
-- און עפשער איז בא עמעצן פארבליבן?
סאָסאָוו האָט געשוויגן.
-- איוואן פעדאָטאָװיטש, -- האָב איך זיך געװענדט צו אים. -- איך פארשטײ", אז איך בין פאר אײַך איינער פון די פופציק אומבאקאנטע אָקרוזשענצעס", נאָר איך בעט אײַך מיר גלייבן. איר האָט אונדז געראטעװועט דאָס לעבן. אָבער דאָס איז נאָך װײניק.
-- װאָס קאָנען מיר טאָן? זעסט דאָך...
אין א פּאָר טעג ארום האָט סאָסאָװ מיך באקאנט מיטן געוװועזענעם קאָלװירטישן אג- ראָנאָם דמיטראָ קאָנאָנאָװיטש דיאטשענקאָ. דאָס איז געווען א שטילער יונגערמאן, װועמען מע האָט ניט גענומען אין ארמיי איבער זײַן טױבקײַט. ער האָט מיר דערציילט וועגן פיל נאָװאָפּאװלאָװקער, צו װעמען מע מעג זיך װענדן נאָר הילף און פאר װועמען מע דארף זיך היטן. קיין אופנעמער איז בא אים אויך ניט געווען.
-- סײַדן בא די פּעטראָװס, -- האָט ער אײנמאָל א זאָג געטאָןן -- כאָטש ס'איז א סאָפעק, זיי זאָלן זיך מוידע זײַן. אין קיראָװאָגראד, זאָגט מען, האָט מען שוין עמעצן דער- שאָסן פאר הערן מאָסקװע.
דאָך האָט זיך אונדז אײַנגעגעבן איבערצײַגן די פּעטראָיוס, אז א ראדיאָ-אופנעמער איז איצט נייטיק, װי דאָס לעבן. מיט גרויס פאָרזיכטיקײַט האָבן מיר אין איינער א נאכט ארויסבאקומען אים פון דער באהעלטעניש, אָבער וויפל מיר האָבן ניט געדרייט, האָט גאָרנישט ניט געהאָלפן. ס'איז אין אים עפּעס קאליע געװאָרן און װיאזוי פאריכטן, האָבן מיר ניט געװוסט. מעגלעך, אז א לעמפּעלע איז איבערגעברענט געװאָרן. װוּ זשע קריגט מען א לעמפּעלע?
אויסערלעך האָט זיך געקאַנט דוכטן, אז אלץ איז גוט, װאָס בעסער דארף ניט זײַן מיר זײַנען אף דער פרײַ, מיר האָבן א דאך איבערן קאָפּ און מיר ארבעטן איניינעם מיטן היגן אוילעם. מיר דרעשן די ניט-אויסגעדראַשענע סקירדעס, גראָבן קארטאָפל און בורעקעס, פירן אריבער שטרוי צו די שטאלן און צו די הײַזער, טוען אלץ, װאָס פּױערים דארפן טאָן אין הארבסט און אין װוינטער. נאָר דאָס דוכטעניש איז געװען אזא, װאָס האָט געװאָרגן אין האלדז, געפּרעסט באם הארצן און אלעמאָל דורכגענומען דאָס גאנצע לײַב מיט שטעכיקן גרדי?,
מיר האָבן ניט אופגעהערט ארומקוקן זיך, ניט אופגעהערט אויספאָרשן איינער דעם אנדערן. די ,אָקרוזשענצעס" צװוישן זיך, און מיר איניינעם--די אָרטיקע פּוערים. די היגע לײַט האָבן אויך ניט אופגעהערט זיך צוקוקן צו אונדז, געווארט פון אונדז אזוינס, װאָס מיר אליין האָבן ניט געװוּסט. מיר זײַנען דאָך געוועזענע רויטארמייער!
איינמאָל האָב איך אופגעהויבן פון דער ערד א דײַטשישע סאָלדאטן-צײַטונג און גענו- מען זי באקוקן פון אלע זײַטן. דײַטש האָב איך געקענט זייער שוואך, נאָר דאָך געפּרוּווט עפּעס אויסלייענען. באמערקט, װי איך בין אזוי פארטיפט אין דער צײַטונג, האָט איינער א פּױער א פרעג געטאָן:
-- װאָס שרײַבט זיך עפּעס דאָרטן?
-- מאָסקװע האלט זיך, -- האָט זיך בא מיר ארויסגעכאפּט.
4
סאיז געווען ניט פּינקטלעך דאָס, װאָס ס'איז געווען אין דער צײַטונג. סאיז, מעגלעך, געווען דאָרטן בלויז אן אָנדײַט אף דעם. נאָר סאיז געווען דאָס, װאָס מיר אלע האָבן גע- דארפט, װועגן װאָס מיר אלע האָבן געטרוימט און װאָס האָט אונדז אלעמען זיך געכאַלעמט דורך די נעכט.
-- זי האלט זיך! -- האָט דער פּױער איבערגעכאזערט, און זײַן פּאָנעם האָט זיך באלויכטן מיט א מונטערן שמייכל.
-- זי האלט זיך! -- האָט אונטערגעכאפּט איינער פון אונדזעריקע, סערגיי טישטשענ- קאָ. ביכלאל איז ער געווען א פאראקשנטער שװײַגער, זייער א צוריקגעהאלטענער, נאָר עס האָט זיך געפילט אין אים א מענטש מיט א פעסטן ווילן און רײַכער דערפארונג. לויט אלע סימאָנים איז ער געווען א קאדראָווער אָפיצער.
געכאפּט זיך, אז מיר האָבן זיך דערלויבט צופיל, אזוינס, װאָס קאָן קאָסטן טײַער, זײַנען מיר אלע אנשוויגן געװאָרן און שטיל זיך פאנאנדערגעגאנגען.
-- פונדעסטוועגן, -- האָט טישטשענקאָ צו מיר א זאָג געטאָן א ביסל שפּעטער, -- האָסטו געהאנדלט א ביסל לײַכטזיניק. מיר ווייסן דאָך זייער װייניק איינער דעם אנדערן. מעגלעך, אז אויך צװוישן אונדזערע זײַנען פאראן א פּאָר פּאסקודניאקעס. װער זשע דארף וויסן, אז דו קאָנסט א ביסל דײַטש? דערצו נאָך, ווען עס קאָן זיך בא דיר איבערמישן מיט א פּאָר ייִדישע ווערטער, מע דארף זײַן פאָרזיכטיק.
פון דעם האָט זיך אָנגעהױיבן אונדזער דערנעענטערונג און אונדזער קעגנזײַטיקער צו- טרוי. מיר זײַנען געווען ניט קיין סאך, ניט מער, װי פיר-פינף מענטשן: איך, סערגיי טי- שטשענקאָ, פּעטראָ יודקין, קאָליע מושענקאָ און דער פאָרזיצער פונעם געזעלשאפטלעכן הויף סאָסאָוו. נאָר מיר האָבן שוין געקאָנט פארטרויען איינער דעם צווייטן אלץ, אפילע דאָס איי- גענע לעבן. מיר האָבן אָפן באהאנדלט די פּאָליטישע סיטואציע, געמיינזאם פּלאנירט פאר- שיידענע סאבאָטאזש-אקציעס און איניינעם געטרוימט װעגן אָפּזוכן א װעג צו די פּארטי- זאנער. פאר אונדזערע באגעגענישן האָבן מיר אָפּגעזוכט א זיכער ערטעלע בא איינער א פרוי, מאריָא קאָרנייעוונא אקושעווא. איר שטוב איז געווען די דריטע פון סאָסאָװן. דאָ האָבן מיר זיך אויסגעטוישט מיט די פראָנט-נײַסן, וועלכע זײַנען זיך דערנאָך צעגאנגען איבערן דאַרף, דאָ האַבן מיר אויסגעארבעט א פּלאן, ויָאזוי אויסבאהאלטן פון די דײַטשן א קארטאָפל-פעלד פון עטלעכע העקטאר, קעדיי זיי זאָלן בלײַבן פאר די היגע אײַנװױנער, ויאזוי דרעשן די איבערגעפרוירענע סנאָפּעס, אז די גרעסטע צאָל קערנער זאָלן בלײַבן אין דער שטרוי, װאָס צוטראכטן, אז די קעלבלעך, װאָס די דײַטשן האָבן אָפּגעקליבן אף ארויס- פירן, זאָלן אַנהײבן קרענקען און אױיסציִען די פיס. דאָ האָט קאָליע מושענקאָ אױסגעמײַסט- רעװעט א דײַטשיש שטעמפּל און געגרייט , זיכערע" דאָקומענטן פאר אונדז אלעמען, ווען עס װעט קומען די צײַט ערגעץ אנטלויפן.
אין אזעלכע שאָען און מינוטן, ווען אונדז האָט זיך אײַנגעגעבן עפּעס אופטאַן, האָבן מיר זיך געפילט שוין ניט װי געפאנגענע, ניט װי ,אָקרוזשענצעס", נאָר װי גוטע אונטער- ערדלער, וועלכע פירן א קאמף מיטן סוינע. זאָל זײַן דערװײַל מיט זייער קנאפּע מיטלען און גאנץ באשיידענע רעזולטאטן. נאָר אין אונדז איז געוואקסן דאָס געפיל און דער גלויבן, אז מיט דער צײַט װעלן מיר קאָנען אופטאָן פיל מער. און ס'איז אלץ געוואקסן דער דראנג -- אומבאדינגט געפינען דעם וועג צו די פּארטיזאנער.
אין איינעם פון יענע װינטערדיקע פארנאכטן, וועלכע זײַנען שטענדיק געווען פאר- בונדן מיט אָן א שיר ניט-פאָרויסגעזעענע געפארן, האָב איך איבערגעלעבט עטלעכע אומ- פארגעסלעכע מינוטן. אומגעריכט איז בא מיר פאָרגעקומען אן אומגעוויינלעכע באגעגעניש מיט מײַן באליבטן פּאָעט דאָװיד האָפשטײן,
אלעמאָל זײַנען מיר נאָךר שטרוי ארױיסגעפאָרן אינצווייען. דאָס מאָל בין איך ארויסגע- פאָרן איינער אליין. מײַן צווייטער איז ניט געקומען צו דער צײַט, ווארטן האָב איך ניט געװאָלט, האָב איך א שמיץ געטאָן דאָס אויסגעדארטע פערדל און כבין אװעקגעפאָרן. ס'איז, פארשטייט זיך, געווען א נארישקײַט,
אָנעמען א שליטן שטרוי איז געווען ניט פון די גרינגע זאכן. די סקירדע איז געווען שטארק צונויפגעפּרעסט און יעדער שטרויעלע האָט מען געדארפט ארױסרײַסן מיט די נעגל. גוט אָנגעהאָרעװעט זיך, גוט אָנגעשװיצט, האָב איך זיך געלאָזט מיטן פולן שליטן צוריק. סאיז שוין צוגעפאלן די נאכט. ארום און ארום קיין איין לעבעדיקער נעפעש. בלויז שניי און נעפּל. און א סמאליענדיק װוינטל אויך דערצו. דוכט זיך מיר, אז איך בין איצט איינער אליין אין דער גאָרער וועלט, און אז דער פארשנייטער װועג װעט זיך קײינמאָל ניט ענדיקן. פון זיך אליין זײַנען אופגעקומען די שורעס פון דאָװיד האָפשטײנס לִיד;
יט
אין ווינטער-פארנאכטן, אף רוסישע פעלדער,
װוּ קאָן מען זײַן עלנטער, װוּ קאָן מען זײַן עלנטער, א פערדל אן אלטינקס, א סקריפּענדער שליטן,
א װעג א פארשנייטער, אין איך בין אינמיטן.
און גלײַך נאָר דעם איז ארויסגעשווומען זײַן ליכטיק געשטאלט, גלײַך ער שטייט פאר מײַנע אויגן. ער גריסט זיך מיט מיר אזוי ווארעם און היימיש, װי נאָר ער האָט געקאָנט. און עס קומט מיטאמאָל אוף א װײַטער אָװנט, וװוען איך האָב פארן פולגעפּאקטן זאל פון דער קיִעווער רוסישער דראמע געלייענט זײַן ,,שטאָט" און זײַן ,אָקטיאבער". דאָװיד אליין, וועמען מהאָט ניט לאנג געהאט באלוינט מיט אן אָרדען, איז געזעסן אין פּרעזידיִום צוזאמען מיט אנדערע באלוינטע ייִדישע, אוקראיִנישע און רוסישע שרײַבער און געשעפּט נאכעס.
פארן אופטריט האָב איך שטארק זיך נערווירט און לאכלוטן פארגעסן די ערשטע שו- רעס פון דער לִיד. איז האָפשטײן אליין מיר געקומען צו הילף. שטיל, שטיל האָט ער מיר אונטערגעזאָגט: ,, שטאָט! דו האָסט מיך פון װײַטן גערופן מיט הודיען פון דראָט!?"... װײַטער איז שוין געגאנגען אזוי, וי עס דארף צו זײַן. מע האָט אפילע אפּלאָדירט, און ער, האָפּשטײן, האַט באװויליקנדיק ארויסגערעדט צו מיר: ,א דאנק, א גרויסן דאנק".
װוּ איז דאָס אלץ? װוּהין איז דאָס אלץ פארשװוּנדן? די שטאָט, דער אָקטיאבער, מײַן ליבער פּאָעט...
מיטאמאָל האָט עפּעס א טראסקע געטאָן. דער שליטן האָט זיך איבערגעקערט, און איך ליג שוין אין שניי, פארשאָטן מיט שטרוי. קוים ארויסגעדראפּעט זיך, פּרוּוו איך אופשטעלן דעם שליטן, נאָר דאָס איז פּאַשעט אומעגלעך. צופיל שטרוי, דארף מען פריִער אויסשפּאנען דאָס פערדל, אויסלאָדן די שטרוי און דערנאָך װידעראמאָל אָנלאָדן זי, צופּרעסן מיטן דראַנג, פארבינדן מיטן שטריק. אן ארבעט װער ווייסט אף וויפל. און דער פראָסט װערט װאָס א מאָל שטארקער, די הענטשקעס זײַנען פיטש-נאס און די קויכעס גייען אויס. און ווידער קומען אוף אפן געדאנק די שורעס פון האָפשטײנען:
אין ווינטער-פארנאכטן, אף רוסישע פעלדער, װוּ קאָן מען זײַן עלנטער, װוּ קאָן מען זײַן עלנטער...
עס האָט זיך באקומען װי אין א גוט מײַסעלע. פריַער האָבן זיך צעקלונגען די גלע- קעלעך, און דערנאָך האָב איך דערזען פאר זיך א שליטן. פונעם שליטן שפּרינגט אראָפּ קאָלקע זאיאקין, א פריילעכער יאט מיט א פּאָר ברענענדיקע ציגײַנערשע אויגן.
-- מיר זעען, סאיז שוין שפּעט, און דו ביסט נאָך ניטאָ, האָבן מיר פארשטאנען, אז עפּעס האָט געטראָפן.
ער רעדט און שמייכלט, און אזוי שמייכלענדיק, נעמט ער זיך גלײַך צו דער ארבעט. ער לייגט אָן די שטרוי אפן שליטן, פּרעסט זי צונויף און בײסמײַטע נעמט ער מיך מוסערן:
-- װי לאָזט מען זיך עס אליין אין וועג? און טאָמער א פּאָליצײַ: און נאָך ניט קיין היגער? גיי, זוך דיך דערנאָך.
ער זידלט מיך, און מיר װערט דערפון גוט. ער מוסערט מיך, און מיר װוערט דערפון ווארעם אפן הארצן. גוט און ווארעם פונעם געפיל, אז נאָך אלעמען בין איך ניט אזוי עלנט. דערפון, װאָס אין דער שווערער גרויזאמער צײַט זײַנען פאראן ארום מיר גוטע, איבערגעגע- בענע פרײַנט.
אָנהײיב יאנוואר צוויי-און-פערציקסטן האָט אין איינעם א פארנאכט זיך א יאװע געטאָן צו אונדז א באָכער אין א גרינגן מאנטל און געבעטן לאָזן אים איבערנעכטיקן. ער האָט ארויסגערופן בא אונדז א פארשטענדלעכן כשאד, און מיר האָבן אים פאָרגעלייגט װײַזן זײַנע דאָקומענטן. ארויסגענומען פון דער בוזעם-קעשענע א גרין פּאפּירל, האָט ער זיך אָנגערופן:
-- אָט איז מײַן דאָקומענט.
איך האָב גענומען דאָס פּאפּירל, א לייען געטאָן און דערציטערט געװאָרן: איך האָב געהאלטן אין די הענט א סאָװועטיש פלוגבלעטל מיט קאלינינס נײַיאָר-װענדונג צום סאָ- וועטישן פאָלק. אונדזער ליבער פּרעזידענט האָט באגריסט אלע סאָוועטישע בירגער מיטן נײַעם יְאָר און מיטן גרויסן זיג פון דער רויטער ארמיי איבער די פאשיסטישע כאיאָלעס הינטער מאָסקוװוע.
6
גלײַך נאָך דעם האָט דער באָכער מיר דערלאנגט די צײַטונג ,זא ראדיאנסקו אוקראינו" פארן פערטן יאנוואר. אין איר איז געווען אָפּגעדרוקט א גענויע סװאָדקע פון סאָװינפאָרמ- ביוראָ װעגן די דערפאַלגרײַכע שלאכטן, סטאלינס באפעל, פארצייכענונגען װועגן סאָלדאטי- שע העלדנמאטן, פּאװולאָ טיטשינעס א ליד און פיל אנדערע ביז גאָר אינטערעסאנטע מא- טעריאלן. דאָס אלץ האָט אונדז פארכאפּט, דערפרייט און באגײַסטערט. פארגעסן װוּ מיר זײַנען, האָבן מיר גענומען שרײַען ,הורא!" און אונטערגעװאָרפן דעם באָכער אין דער הייך. דערנאָך האָבן מיר אים געדריקט די האנט, געקושט, געלאכט און... געװויינט. דערנאָך ווי- דעראמאָל גענומען לייענען און איבערלייענען אלץ אפסנײַ.
מיר האָבן ארויסגעשטעלט א וואך און גענומען אויספרעגן דעם באָכער, װער ער איזו וער האָט אים צו אונדז צוגעשיקט און װאָס דארפן מיר טאָן, קעדיי שוין, די מינוט, אוועק מיט אים איניינעם צו די פּארטיזאנער.
דער באָכער האָט אונדז א ביסל אָפּגעקילט און אויסגעפרעגט פארשיידענע פּראָטים וועגן אונדזער לעבן אין נאָװאָפּאװלאָװקע און אונדזער אונטערערדישער טעטיקײַט. דערנאָך האָט ער אונדז געמאָלדן, אז באגינען קערט ער זיך אום אהין, פונוואנען ער איז געקומען, און װעט װועגן אלץ אינפאָרמירן זײַנע אָנפירער. זיי װעלן שוין באשליסן, ווען אונדז ארויס- פירן צו די פּארטיזאנער. דערװײַל אָבער טאָר מען ניט זיצן מיט פארלייגטע הענט. ערשטנס, דארף מען, אז װאָס מער מענטשן אין די ארומיקע דערפער זאָלן זיך דערוויסן װועגן דער מאפּאָלע פון די דײַטשן הינטער מאָסקװע. מע דארף פאָרזעצן דעם סאבאָטאזש און דיווער- סיעס, מיט אלע מעגלעכקײַטן באזײַטיקן די פארעטער.
מיר האָבן זיך ווארעם געזעגנט מיטן פּארטיזאנישן שאָליעך און געבעטן װאָס גיכער קומען נאָך אונדז. נאָר ער איז מער ניט געקומען. עפּעס איז מיט אים געשען אזוינס, װאָס איז פאר אונדז געבליבן אומבאװוּסט, נאָר מער האָבן מיר אים ניט געזען.
6
די לאגע אף דער אָקופּירטער טעריטאָריע איז געװאָרן אלץ שוידערלעכער. נאָך דער מאפּאָלע הינטער מאָסקװע האָבן די פאשיסטן אָנגעהויבן ווילדעווען נאָךר ערגער. ארויסגע- געבן אלץ נײַע און נײַע שטרענגע פאראָרדענונגען.
אינמיטן העלן טאָג האָבן די מערדער דערשאָסן לעבן דאָרף איוואנאָווקע דרײַ הונדערט קאָמוניסטן און ארײַנגעװאָרפן זייערע קערפּערס אין א קאלך-קאריער. אלעמאָל האָט מען געכאפּט און צעשאָסן אָרעװניקעס. וועגענער מיט הארוגים פלעגן ארויסגעפירט װערן פונעם קאָנצלאגער.
יעדן טאָג האָט אין נאָװאָפּאװלאָװקע זיך באוויזן אן אנדער גרופּע מיליטערישע רויבער, זיי האָבן צוגענומען דאָס פי, קאָנפיסקירט די קארטאָפליעס, װאָס זײַנען געווען פארגרייט צום פרילינג-פארזיי, באפוילן די אײַנװױנער צושטעלן א געוויסע צאָל פלייש, קארטאָפל, מילך. זי האָבן צוגענומען בא די היגע פּױיערים פארשיידענע ווארעמע זאכן: פּעלצן, װאָלענע לײַבלעך, פּױשטן, געשטריקטע שקארפּעטקעס, אפילע שאלן און קאָפטלעך. מיט דעם האָבן זי געפּרוּוט אָנווארעמען די פאשיסטישע ארמיי, װאָס איז טיף פארזונקען געװאָרן אין די רוסישע שנייען.
און איבער מײַן קאָפּ האָט װוידער געלויערט דער טויט. פיל נאָװאָפּאװלאָװקער טויש- ווים האָבן זיך אָנגעהויבן אָנשטױסן, װער איך בין. צוװישן די קריגס-געפאנגענע איז אויך דורך אזא קלאנג. אונדזער קעכער, א װוילער אזערבײַדזשאנער יאט, האָט מיך אײינמאָל אָפּגערופן אין א זײַט אין בעסאָד-סוידעס מיר דערציילט, אז דער פּאָליצײַ אנדריי און איינער א סטע- פּאן האָבן זיך געשושקעט צוװוישן זיך. זיי זײַנען כוישעד, אז איך בין א יָד.
אין עטלעכע טעג ארום האָט דער כיטרער סטעפּאן געמאכט מיר אן אױספּרוּוו. גאנצ- פרי, ווען מיר זײַנען געווען אין פעלד, האָט איינער א דײַטש פונעם קארלאָווקער וואך-פּאָסטן געבראכט צו אונדז אין שול אנטיסאָוועטישע בראָשורן און פּלאקאטן. די בראָשורן האָט סטעפּאן אויסגעלייגט אפן טיש, און די פּלאקאטן צוגעקלאפּט צו דער וואנט. אף איין פּלא- קאט איז געווען אָנגעמאָלט א פארקריפּלט פּאָנעם פון א ייִדן מיט פּייעס, און אונטן זײַנען געווען אָנגעדרוקט עטלעכע פראגעס מיט איינעם און דעם זעלבן ענטפער: ,ער האָט דער- פירט רוסלאנד צו הונגער? -- ייִדן!' ,ער איז שולדיק אינעם טיט פון הונדערטער
97
קריסטן? -- ייִדן! װער האָט פארנומען די גרעסטע פּאָסטנס אין דער סאַװועטישער רעני- רונג? -- ייִדן!" און אזוי װײַטער און װײַטער... אין אלץ זײַנען שולדיק די פארפלוכטע ייִדן.
יענעם טאָג האָבן מיר געארבעט ניט װײַט פון דער שול. ווען ס'האָט אָנגעהױבן רע- גענען, האָבן מיר זיך א לאָז געטאָן אהין, און גלײַך זיך אַנגעשטױסן אפן , שיינעם" פּלא- קאט. איך האָב אף א רעגע זיך פארלוירן, נאָר גלײַך דערפילט, אז עמעצער שפּירט מיר נאָך. דער עמעצער איז געווען סטעפּאן. מיט זײַן שטעכיק שמייכעלע איז ער געשטאנען דערבײַ און ארײַנגעקוקט אין מײַנע אויגן. ער האָט געװאָלט זען, װי װעל איך רעאגירן אפן פּלאקאט. קעדיי װײַזן, אז ער גייט מיר לאכלוטן ניט אָז, האָב איך זיך הילכיק צעלאכט און א זאָג געטאָן:
-- זעט נאָר, סארא מאטאָנע די דײַטשן האָבן אונדז צוגעשיקט! און נאָך אף אזא פּרעכטיק פּאפּיר.
די כעוורע האָבן גענומען באקוקן די פּלאקאטן, געלאכט, אָפן ארױיסגעזאָגט זייער מיינונג וועגן אָט דער העסלעכער אגיטאציע. צום סאָף האָט מען באשטימט, אז סאיז ניט אומבאדינגט, די פּלאקאטן זאָלן הענגען אף די װענט. זאָלן זי ליגן אפן טיש.
סטעפּאן האָט ניט אופגעהערט נאָכשפּירן נאָך מיר. איך האָב געפילט, אז איך געפין זיך אין א גרויס געפאר. מע מוז אנטלויפן. נאָר ויאזוי, װווּהין?
אין דאָרף האָט געװוינט א מישפּאָכע, װועמענס פאמיליע איז געווען זשורבא. זייער לײַטישע מענטשן. זי האָבן גענומען צו זיך איינעם פון די ,אָקרוזשענצעס". זײַן פאמיליע איז געווען איוואנאָוו. דורך אים האָב איך זיך באקאנט מיט די זשורבאס און אָנגעהױיבן ארײַנקומען צו זיי.
בייס איינעם א שמועס האָב איך זיך דערװוּסט, אז זיי זײַנען ניט קיין היגע. זי שטאמען פינעם דאָרף בײַבוזע הינטער טשערקאס. מיך האָט דאָס זייער דערפרייט און איך האָב זיך מוידע געווען, אז איך בין זייערער א זעמליאק. מײַן טאטע איז פון מאָשנע, אינגאנצן אכט קילאָמעטער פון בײַבוזע. זיי האָבן זיך אויך דערפרייט. אָנגעשטױסן זיך װער איך בין, האָבן זי גענומען טראכטן װאָס טאָן, קעדיי אריבערפּעקלען מיך צו די פּארטיזאנער. בײַבוזע איז ארומגערינגלט מיט גרויסע וועלדער, און עס קאָן ניט זײַן, עס זאָלן דאָרטן ניט אופהאלטן זיך עטלעכע פּארטיזאנישע אָטריאדן. אין בײַבוזע װוינען זשורבאס נאָענטע קרויווים, זיי װעלן העלפן פארבינדן זיך מיט נייטיקע מענטשן.
איך האָב דערציילט ועגן דעם מײַנע נאָענטע פרײַנט -- יודקינען, טישטשענקאַן און מושענקאָן. זיי האָבן דאָס אלץ באװויליקט, און מיר האָבן גענומען זיך גרייטן אין וועג. אין דער ערשטער ריי האָט מען געדארפט צוגרייטן , זיכערע" דאָקומענטן אף דײַטש, און אומבאדינגט מיט א דײַטשישן שטעמפּל, מושענקאָ איז געווען א בעריע אף מאכן שטעמפּלען, און ליובא פּעטראָווא האָט מיט דער שיינער האנטשריפט אופגעשריבן די טעקסטן פון די דײַטשישע אאוסװײַסן, וועלכע איך האָב אראָפּגעשריבן בא איינעם א פארבײַגייער.
מײַן אאוסװײַס איז געווען אויסגעשריבן אפן נאָמען פון אלעקסאנדער ניקאַלײַעװיטש שיבונאָוו, א געבוירענער אין דער מאָרדאַװער אװטאָנאָמער געגנט. אונטער אָט דעם נאָמען איז מיר פאָרגעשטאנען אָפּלעבן קימאט אָנדערהאלבן יאָר, ביז איך בין װידער געװאָרן א סאָלדאט פון דער סאָוועטישער ארמיי.
7
אלץ איז געווען גרייט אף צו לויפן. נאָר דאָ האָט געטראָפן אן אומגליק. איך האָב פארלוירן מײַנע בעסטע פּרײַנט -- יודקינען און טישטשענקאָן. זיי האָבן דערלאָזט א שרעק- לעכע אומפאָרזיכטיקײַט. זייער געשפּרעך האָט אונטערגעהערט דער פּאָליצײַ אנדריי און גלײַך װעגן דעם געמאָלדן די דײַטשן פונעם וואך-פּאָסטן, און מע האָט זיי ארעסטירט. מיר האָבן געפּרוּווט איבערגעבן זי די צוגעגרייטע דאָקומענטן, אָבער דאָס האָט זיך אונדז ניט אײַנגעגעבן. אף מאָרגן האָט מען זי אוועקגעפירט קיין קיראָװאָגראד. װאָס װײַטער איז מיט זיי געשען, ווייס איך ניט. איך ווייס נאָר, אז בייס זייער פאטאלן געשפּרער איז מײַן נאָמען ניט דערמאָנט געװאָרן. ניט מײַן נאָמען, ניט מושענקאָס, אנדערש װאָלטן מיר געווען צװוישן זיי.
8
מײַן איבערגעגעבענער פרײַנט יודקין. איך װעל קיינמאָל ניט פארגעסן, װוי ער האָט מיר געהאָלפן, מאמעש אָפּגעראטעװעט, ווען איך בין קראנק געװאָרן, אין א שכיינעסדיקן דאָרף האָט ער אָפּגעזוכט א דאָקטער, וועמען מע מעג זיך פארטרויען. און דאָס האָבן דאָך מיר מיט זיי, מיט יודקינען און טישטשענקאָן, דורכגעפירט די סאמע געפערלעכע אָפּעראציע אף אָפּראטעװען דאָס ברויט, װאָס די דײַטשן האָבן געװאָלט צונעמען בא די היגע פּוערים. װוּ זײַט איר איצט, מײַנע טײַערע פרײַנט?
און נאָך אן אומגליק. מושענקאָ האָט זיך אויסגעוויכנעט א פוס און ניט געקאָנט גיין. האָט ער געדארפט אָפּזוכן אנדערע כעוורע, צוגרייטן נײַע דאָקומענטן, אײַנכאזערן מיט זי אונדזער אליבי. ענדלעך, האָבן מיר װוידער געשאפן א גרופּע פון פינף מענטשן. צונויפגע- קומען זיך אין איינעם אן אָװנט צו די זשורבאס אין שטוב, האָבן מיר זיך איבערגעטאָן אין ציווילע קליידער. איך האָב אלעמען ארויסגעגעבן זייערע אאוסװײַסן, באװאָרנט דעם שטעמפּל, װאָס איך האָב באשטימט מיטנעמען מיט זיך. דערנאָך האָבן מיר זיך הארציק געזעגנט מיט די באלעבאטים, ארויס אין דרויסן און נעלעם געװאָרן. געשען איז דאָס אין דער נאכט פונעם פינפטן אפן זעקסטן סענטיאבער פון צוויי-און-פערציקסטן.
זײַ געזונט, נאָװאָפּאװלאָקע, און ווינטש אונדז א גליקלעכן װעג!
ארויס פונעם דאָרף זײַנען מיר מיט א שמאָל סטעזשקעלע און אװעק צום ברייטן שליאך, װאָס האָט געפירט צו דער סטאנציע שאָסטאקאָװקא. דאָ האָבן מיר זיך געדארפט שיידן מיט קאַליע זאיקינען און מיט בעלאָװן. פינף מענטשן איניינעם איז צו א גרויסע ריזי- קאלע גרופּע.
מיר זײַנען געשטאנען א װײַלע שװײַגנדיק, װי פארגליווערט, גלײַך ס'האָט בא אונדז אלעמען אָפּגענומען דאָס לאָשן. מיר האָבן געהאט זייער פיל צו זאָגן איינער דעם אנדערן, זאָגן דאָס, װאָס האָט בא יעדערן ארויסגעשריגן פא- די שוידערלעכע כאדאָשים, ווען יעדער שפּאן, יעדער קער איז געווען א מינוט צום טויט. מיר זײַנען געשטאנען און געשוויגן מיט א שװערער שװײַגעניש, באנעמענדיק, אז אונדזערע פּלאָגן, אונדזערע מאטערנישן האָבן זיך נאָך ניט פארענדיקט. און װער ווייסט, װאָס מיט יעדערן פון אונדז װעט געשען אין א טאָג ארום, אין א שאָ ארום, אין עטלעכע מינוט ארום. יעדערער האָט איבערגעטראכט אין זיך דאָס, װאָס מע האָט ניט געקאַנט ניט איבערטראכטן. אזוי, שװײַגנדיק, האָבן מיר פאר- קערעװעט יעדערער אין זײַן ריכטונג, און זײַנען גלײַך פארשװוּנדן געװאָרן איינער פונעם אנדערן. ס'האָט זיך ניט געװאָלט טראכטן, אז אף אײיביק. זײַנען מיר געבליבן אינדרײַע -- איך, איוואנאָוו און וואסילטשענקאָ.
מיר האָבן זיך געײַלט, געװאָלט פאר דער נאכט אוועק װאָס װײַטער פון נאָװאָפּאװלאָװו- קע. מיטאמאָל האָט זיך גאָר נאָענט צעבילט א הונט, נאָך אים א צווייטער, א דריטער. מיר האָבן זיך א װאָרף געטאָן אין א זײַט און אָנגעטראָפן אף א דײַטשישן אָבאָז, װאָס האָט זיך דאָ אָפּגעשטעלט אף נאכטלעג. אָפּגעשפּרונגען, וי אָפּגעבריטע, האָבן מיר זיך געלאָזט לויפן װאָס װײַטער אין דער נאכט ארײַן, נאָר אין אײַלעניש זײַנען מיר אראָפּ פונעם וועג און אָנ- געהויבן בלאַנדזשען. א קאלטער שווייס איז אונדז באפאלן. מיר זײַנען אוועק אף רעכטס, דערנאָך אף לינקס, און אונדז האָט זיך אָנגעהױבן אױיסװײַזן, אז מיר גייען אף צוריק, קיין נאָװאָפּאװלאָװקע.
פון דעם געדאנק האָט גענומען ווארגן אין האלדז, גלײַך דער מאלכאמאָװעס האָט א נעם געטאַן פארן גאָרגל. מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט, פעסט זיך צוגעטוליעט איינער צום אנדערן, מוירע געהאט פארלירן זיך און בלײַבן ביז גאָר איינזאם אין אָט דער גרויזאמער וועלט.
מע האָט געדארפט עפּעס פאָרנעמען אף אויספאָרשן דעם װײַטערדיקן וועג. נאָר מיר האָבן מוירע געהאט אָפּלאָזן איינער דעם אנדערן אפילע אף איין שפּאן, גלײַך אין אונדזערע צונויפגעקלעמטע הענט, אין אונדזער צוגעטוליעטקײַט איינער צום אנדערן איז געווען אונד- זער רעטונג.
די נאכט האָט באדעקט דעם ארום מיט א בלינדער פינצטערניש. ס'האָט זיך געדוכט, אז פון אלע זײַטן באלאגערט אונדז װידער דער טויט, קוקט ארויס פון יעדער װינקעלע, שפּילט זיך מיט אונדז, װי א קאץ מיט א מויז. איבערגעכאפּט דעם אָטעם, האָבן מיר אָנ- געהויבן ציילן די טריט. א שפּאן -- און אָפּגעשטעלט זיך, אײַנגעהערט זיך. די נאכט האָט זיך געצויגן װי די אײיביקײַט אליין, און אונדז האָט זיך געדוכט, אז זי װעט זיך קיינמאָל ניט ענדיקן.
59
נאָר אָט האָט פונדערװײַטנס, אײַנגעהילט אין א נעפּל, זיך אָנגעחױבן אויסשיילן א כוטערל מיט נידעריקע כאטקעס צװוישן די הויכע ביימער. ווען מיר זײַנען צוגעקומען נעענ- טער, האָט זיך ארויסגעוויזן, אז דאָס איז א צווינטער. דאָס האָט אונדז א ביסל אונטערגעמונ- טערט. ס'קאַן זײַן, א מענטשלעכער ייִשעװו איז ניט װײַט. מיר דערקלײַבן זיך צום צווינטער, כאפּן איבער דעם אָטעם און קוקן זיך ארום. אלנפאלס, צװישן די טויטע פילן מיר זיך זיכע- רער, װי צװישן די לעבעדיקע. די אופשריפטן אף די מאצייוועס האָבן אונדז גאָרנישט ניט געזאָגט, נאָר פּלוצעם: , מאריא קארפּאָוונא סאדאָווסקאיא-בארילאָטי".
אוי, דאָס איז דאָך די שװועסטער פונעם באװווסטן אוקראינישן אקטיאָר סאקסאגאנסקי! װי א בליץ װאָלט דורכגעשניטן דעם מויעך. דער גאנצער ארום איז פארשוונדן. די גאנצע צײַט גייט מיר נאָך מײַן אקטיאָרישער גוירל. אפילע אין אזעלכע אומענטשלעכע אומשטאנדן. איר האָב זיך דערזען א שנעקל אין אונדזער טשערקאסער טעאטער בייס מײַן ערשטער ארויסטרעטונג אף דער בינע מיט א ציג אף א שטריקל. איך האָב דאן שטארק געציטערט, כ'זאָל ניט ארוף אף דער סצענע אומנאטירלעך. דער בארימטער אוקראינישער אקטיאָר פּא- נאס קארפּאָװיטש סאקסאגאנסקי איז צוגעקומען צו מיר, א גלעט געטאָן מײַן קאָפּ און ארויסגערעדט:
-- שרעק זיך ניט, אלץ װעט זײַן גוט. שטעל זיך פאָר, אז דו האָסט זיך אומגעקערט פונדערװײַטנס אהיים.
מיר האָט זיך געדוכט, אז ער שטייט אויך איצט לעבן זײַן שוועסטערס קייווער און בא- רויִקט מיך;
-- שרעק זיך ניט, אלץ װעט זײַן גוט. שטעל זיך פאָר, אז דו ביסט געקומען אהיים.
פארטיפט אין מײַנע מאשכאָװעס, האָב איך דערזען פאר זיך דעם טאטן. זײַן גאנץ לעבן איז ער אָפּגעזעסן אפן שוסטער-בענקעלע, מערסטנטייל געלאטעט אלטע שקראבעס, זעלטן גענייט נײַע שיך. קיין לייענער איז ער ניט געווען, נאָר ער האָט ליב געהאט, איך זאָל אים עפּעס לייענען. פון יענע פאָרלעזונגען האָט זיך מיר פארגעדענקט מוישע ספּעקטאָרס א דערציילונג , דאָס לעצטע שוועבעלע". בייס א שרעקלעכער שכיטע האָט אלפּי נעס זיך געראטעוועט א ייִדישע מישפּאָכע; זי איז אנטלאָפן און אונטערוועגנס אָנגעטראַפן אף א פּוסטער קרעטשמע. אין דרויסן איז געווען קאלט און פינצטער. מע האָט געדארפט דערווא- רעמען זיך, אָבער קיין פײַער איז ניט געווען. און דאָ האָט עמעצער געפונען א קעסטעלע שוועבעלעך. און כאָטש אין דעם איז געלעגן נאָר איין שוועבעלע, זײַנען אלע דערמונטערט געװאָרן. ס'האָט זיך באוויזן א שטיקעלע האָפענונג.
וויפל מאָל פאר דער צײַט האָבן מיר שוין געהאלטן אין די הענט דאָס לעצטע שוע- בעלע און וויפל מאָל װעלן מיר דאָס נאָך האלטן?
-- דאָס לעצטע שוועבעלע, -- האָב איך ארויסגערעדט אינדערהויך.
-- פארװאָס דאָס לעצטע? -- האָט איוואנאָוו ניט פארשטאנען. -- מיר האָבן א גאנץ פּעקעלע. און א זאזשיגאלקע אויך.
נאָר טאקע אין א טאָג ארום האָט עס געהאלטן באם לעצטן שוועבעלע.
באגינען זײַנען מיר ארײַן אין א פּאפּשוי-פעלד, א וואלגער געטאָן זיך אף דער ערד און אנשלאָפן געװאָרן מיט דער פולער זיכערקײַט, אז דער הויכער פּאפּשױי װעט אונדז בא- שיצן פון אלע שטרויכלונגען. אין אָװנט, ווען מיר האָבן זיך געלאָזט װײַטער, איז װי פון אונטער דער ערד אויסגעוואקסן פאר אונדז א פּאָליצײ-פּאטרול. צוויי געזונטע ווערגעלעצן מיט װײַסע בענדלעך אף די ארבל און מיט ביקסן אף די פּלײיצעס.
-- האלט! -- האָט אויסגעשריגן איינער פון זיי. --- אײַערע דאַקומענטן!
די כעוורע האָבן זיך פארלוירן, און איך האָב פארשטאנען, אז איצט בין איך פאראנט- װאָרטלעך ניט נאָר פאר זיך, נאָר אויך פאר זיי, וועמען איך האָב איינגערעדט לויפן. גאנץ רויַק האָב איך ארויסגענומען פון דער בוזעם-קעשענע מײַן אאוסװײַס און דערלאנגט די פּאָליצײַען. דאָס זעלבע האָבן געטאָן מײַנע כאוויירים.
די פּאָליצײַען האָבן באקוקט די אאוסװײַסן, קיין װאָרט ניט פארשטאנען, האָב איר מינדלעך דערקלערט װער מיר זײַנען און װוּהין מיר גייען, נאָר די פּאַליצײַען האָבן ניט געגלייבט ניט אונדזערע פּאפּירן און ניט אונדזערע דערקלערונגען און באשטימט אונדז אָפּ- פירן צום קאָמענדאנט. יענער האָט גראָד געהאלטן אינמיטן דער װעטשערע און געהייסן ווארטן. זײַנען מיר געשטאנען אין פאָדערצימער, און יעדערער פון אונדז האָט שוין געהאט װאָס צו באטראכטן. ענדלעך, האָט דער דײַטש דערלויבט ארײַנפירן אונדז צו אים אין קא- בינעט. מיר האָבן דערזען פאר זיך א היכן, דארן דראָנג אין פּענסנע. איינער פון די פּאָליצײַען האָט אים אָפּגעראפּאָרטירט און דערלאנגט אים אונדזערע דאָקומענטן. מיר זײַנען
60
געשטאנען װי פארשטיינערט. אָט באלד װעט ער דערקענען, אז דאָס זײַנען פאלשע פּאפּיר- לער און באפוילן אָפּפירן אונדז אין געסטאפּאַ. נאָר... פארגעבן עטלעכע. פראגן אף א צעבראָכענעם רוסיש, האָט ער ארויסגערעדט: ,סע שטימט". מיר האָבן פרײַ אָפּגעעטעמט. אויב אפילע א דײַטש האָט אָנגענומען אונדזערע אאוסװײַסן פאר עמעסדיקע, מעג מען זײַן א ביסל רויִקער,
געװאָרן בא זיך א ביסל דרייסטער, פלעגן מיר שוין אין אייניקע דערפער ארײַנקומען אפילע אינמיטן העלן טאָג, קעדיי באזאָרגן זיך מיט עסנווארג.
8
טשערקאסער קאנט... מײַן באטקיוושטשינע. כ'האָב אים שטענדיק ליב געהאט. איצט, ווען מיר זײַנען אריבערגעטראָטן זײַנע גרענעצן, האָב איך דערפילט, װי ער איז מיר הארציק נאַענט און טײַער. אָט דאָ, גאָר נאָענט, געפינט זיך דאָס דאָרף מאָשנע. דאָרטן האָבן געלעבט מײַן טאטנס קרויווים -- פיל דוירעס באלמעלאַכעס און ערדארבעטער. דאָ האָט מײַן טאטע אָפּגעלעבט די ערשטע צען יאָר, דערנאָך האָט אים מײַן זיידע אָפּגעפירט קיין טשערקאס צו א שוסטער, ער זאָל אים מאכן פאר אן עמעסן באלמעלאַכע. אויך מײַן מאמעס קינדהײַט האָט זיך פארענדיקט גאָר פרי. צו עלף יאָר, ווען מײַן באָבע אידע איז צו דרײַסיק יאָר גע- בליבן אן אלמאַנע מיט דרײַ קינדער, איז זי אוועק ארבעטן אף דער טשערקאסער טאבעק- פאבריק,
שטיי איך אף דער ערד פון מײַן ליבער באטקיוושטשינע, און ס'קומען אוף פאר די אויגן מײַנע עלטערן, מײַנע געראָטענע שוועסטער, מײַן שעמעוודיק ברודערל שעפעלע און איך טראכט זיך: לעבט איר נאָך, מײַנע טײַערע, האָט איר זיך באוויזן עוואקוירן, צִי די דײַטשישע מערדער האָבן אײַך אומגעבראכט? מיר דערשפּאנען ביזן דאָרף סטאראַסעליע, דאָ איז געבוירן געװאָרן די סטאכאנאַווישע באוועגונג צװישן די, װאָס האָבן באארבעט די בורעקעס. צוויי יונגע קאַלװירטניצעס, צוויי מאריִעס -- דעמטשענקאַ און גנאטענקאָ -- האָבן אױיסגעכאָװעט אף זייערע באצירקן צו פינף הונדערט צענטנער צוקער-בורעקעס אף א העק- טאר. זיי זײַנען דערפאר באלוינט געװאָרן מיט לענין-אָרדענס.
איצט שטייט פאר אונדז מאריע דעמטשענקאָס מוטער און פרעגט זיך אָן, עפשער ווייסן מיר עפּעס װעגן איר טאָכטער. די דײַטשן, זאָגט מען, גרײַפן אָן אף דעם דאָן, גראָד אהין, װוּהין מאריע האָט זיך עוואקוירט. טאָמער יאָגן זי אָן די דײַטשן... און דאָ פארפאַלגט מען טאָגטעגלעך די סאָוועטישע אקטיוויסטן, די פאָרגעשריטענע קאָלװירטניקעס. מע שלעפּט זי אין פּאָליצײי-באצירק, מע שלאָגט זיי. א סאך האָט מען צוגענומען, און קיינער ווייסט ניט װוּ זייער געביין איז אהינגעקומען.
ארום אונדז האָט זיך שוין צונויפגעזאמלט א גאנצער אוילעם. אלע ווילן וויסן, װאָס הערט זיך אפן פראָנט. מע קוקט אף אונדז מיט געבעט און מיט האָפענונג. װאָס קאַנען מיר זי זאָגן? מיר טרייסטן זיי, מיר טרייסטן זיי און זיך אליין, כאָטש אפן הארצן איז שווער און ביטער.
דער װועג פון סטאראָסעליע קיין בײַבוזע גייט דורך א גרויסן געדיכטן וואלד. מיר פארטיפערן זיך אין אים מיט א האָפענונג, אז באלד ועלן מיר אָנטרעפן אף פּארטיזאנישע פּאָסטנס. אָבער כוץ עטלעכע עלטערע פרויען מיט בינטלעך צװײַגן אף די פּלײיצעס באגע- גענען מיר קיינעם ניט.
אין פריִען אָװנט זײַנען מיר שוין בא זשורבאס שוועגערן אין שטוב. זי קוקט אף אונדז מיט כשאד. אין אזא צײַט לאָזן זיך אין װועג בלויז אף אָפּגעבן א גרוס? מוזן מיר שוין דער- ציילן װער מיר זײַנען און װאָס מיר האָבן פארטראכט. קווענקלט זי זיך נאָר מער. פונוואנען זאָל זי וויסן, װוּ געפינען זיך די פּארטיזאנער? קיין שילדלעך זײַנען אין ערגעץ ניט ארויסגע- האנגען, און קיין װעגװײַזערס זײַנען אויך ניט געשטעלט. דערװײַל הייסט זי אונדז זיך וואשן און זיך זעצן צום טיש. זי װעט אונדז מעכאבעד זײַן מיט װאָס גאָט האָט צוגעשיקט.
אינגיכן קומט ארײַן אן עלטערער מענטש מיט א גראָבן סוקעוואטן שטעקן אין דער האנט. דער באלעבאָסטעס א קאָרעוו. ער גריסט זיך מיט אונדז גאנץ פרײַנטלעך, זעצט זיך צו צום טיש און פארפירט מיט אונדז א שמועס. מיר פארשטייען, אז ער איז ארײַנגעקומען ניט צופעליק, אז די באלעבאָסטע האָט אים געמאַלדן װעגן אונדז. מעג מען, אפּאַנעם, אים אױסזאָגן דעם גאנצן עמעס. ער שװײַגט א װײַלע, קראצט מיט דער האנט דעם קאָפּ און רעדט שטיל ארויס:
1
-- געווען דאָ פארטיזאנער, נאָר אלע זײַנען אומגעקומען. נאָך פאראיאָרן.
ער ווערט װידער אנשוויגן, דערנאָך טוט ער א זאָג װי צו זיך אליין:
-- און עפשער האָט עמעצער זיך געראטעוועט. מעגלעך, אז זי זײַנען אוועק אין ,כאַלאָדני יאר" אָדער נאָך װײַטער.
-- און דער ,כאַלאָדני יאר" איז װײַט פונדאנען?
-- ניט זייער. א זעכציק-זיבעציק קילאָמעטער. פון יענער זײַט טשערקאס, לעבן טשיי גירין. א גאנץ ראיעלער וואלד.
דערביי נעמט ער אונדז װאָרענען, אז סאיז צו זען, אז ער טרײַבט ניט איבער:
-- צו אונדז אין דאָרף זײַנען גראָד איצט אָנגעפאָרן א סאך דײַטשן. עס גייט א שטרענגע רעגיסטראציע. מע טשעפּעט זיך צו יעדן, ווער סאיז בא דער ראטנמאכט געווען אן אקטיוויסט. פאר אײַך איז זייער געפערלעך בלײַבן דאָ אן איבעריקע רעגע.
און שוין. אונדזער האָפענונג, צוליב וועלכער מיר האָבן פאָרגענומען אזא געפערלעכן מארש, האָט געפּלאצט, דארף מען גיין װײַטער. װוּהין גיין?
ווען מיר האָבן זיך געגרייט אין וועג, האָבן מיר אויסגעארבעט א באשטימטן מארשרוט. דערבײַ איז אונדז צוניץ געקומען א מיליטערישע קארטע, װאָס מיר האָבן געפונען אין איי- נער א שטוב. אף איר זײַנען געווען אַנגעצײיכנט די דערפלעך און כוטערס, אלע פארשיי- דענע וועגן. אפסנײַ פארטיפט זיך אין דער קארטע, האָבן מיר פעסטגעשטעלט, אז מע דארף זיך אריבערקלײַבן אפן לינקן ברעג פונעם דניעפּער. אָבער ויאזוי? די גאנצגעבליבענע בריקן ווערן שטארק באוואכט, די פּאראָמען זײַנען אויך אונטער א שטרענגן אופזיכט. עפשער קריגן א שיפל? זײַנען מיר אוועק לענגויס דעם ברעג, ביז מיר האָבן אָנגעטראָפן אף א פארװאָר- פענער וואסער-מיל, לעבן וועלכער סאיז געזעסן אן אלטיטשקער און געכאפּט פיש. מיר האָבן זיך צוגעזעצט לעבן אים, פארייכערט און פארפירט א שמועס װעגן דעם, װי פּעקלט מען זיך אריבער אף יענער זײַט.
-- איך װעל אײַך אריבערפירן, -- האָט ער געזאָגט.
ער איז אוועק און אין עטלעכע מינוט ארום האָבן מיר אים דערזען אין א שיפל, װאָס איז ארויסגעשװוּמען פון די אָטשערעטן.
געווען איז דאָס שיפל א קלאָגעדיקס. סהאָט דורכגערונען אין פיל ערטער, דערצו זייער א קליינס. מיר האָבן זיך יאקאָס אײַנגעמאַסטעט. וואסילטשענקאָ האָט זיך גענומען פארן רודער, דער אלטער האָט אָרודעװעט מיט די וועסלעס, און איך מיט איוואנאָוון האָבן געדארפט די גאנצע צײַט אױסשעפּן דאָס וואסער. װי אפצולאָכעס האָט זיך אופגעהויבן א ווינט, דער דניעפּער האָט זיך צעבושעוועט, און דאָס שיפל האָט זיך שיר ניט איבערגע- קערט. קוים זיך דערשלעפּט צום צווייטן ברעג. מיר האָבן ניט געװוּסט װי צו באדאנקען דעם אלטיטשקן. מיר האָבן אים פאָרגעלייגט א פּעקעלע מאכאָרקע, װאָס איז דאן געװען מיט גאָלד גלײַך, נאָר ער האָט זיך אָפּגעזאָגט.
-- פאר מיר װעט זײַן גענוג אף א פּאָר ציגארן, -- האָט ער געזאָגט, -- דאָס איבערי- קע װעט אײַך אליין צוניץ קומען.
וי נאָר אונדזערע קליידער האָבן זיך א ביסל צוגעטריקנט, לאָזן מיר זיך װײַטער. מיר גייען פּאראלעל מיט דער ניט-דערבויטער און שוין צעשטערטער אײַזנבאן-ליניע זאָלאַטאָנאָי שא -- קאניעוו. אונטערוועגנס כאפּן מיר זיך ארײַן איבערנעכטיקן אין אן איינזאם שטיבל פון א באיאָרטן אײַזנבאנער. ער האָט גלײַך פארשטאנען, מיט װעמען ער האָט צו טאָן. זײַנען מיר אויך געװאָרן א ביסל דרייסטער און אָנגעהױבן אויספרעגן, עפשער... כאָטש א פעדעמל צו די פּארטיזאנער אָדער אונטערערדלער. מיר האָבן גערעדט ביז האלבער נאכט, זיך דער- װוּסט פיל ניט קיין פריילעכע נײַס, באקומען א סאך נוצלעכע אייצעס און פּלוצעם:
-- עס רעדט מאָסקװע, עס רעדט מאָסקװע! מיר גיבן איבער די סװאָדקע פון דער סאָוועטישער אינפאָרמביוראָ...